ברית מילה
ברית, אדער ברית מילה, איז איינע פון די חשוב'סטע מצות אין דער תורה.
עס ווערט געטאן אויף דעם אבר פון א קינד א זכר, נארמאל דעם אכטן טאג פון זיין געבורט. מען שנייט דאס הייטל, וואס דעקט איבער די עטרה.
די מצוה
- די מצוה ווערט ערשט דערמאנט אין דער תורה אין פרשת לך לך ווי השי"ת זאגט פאר אברהם אבינו ע"ה אז ער זאל זיך און אלע זכרים פון זיין הויזגעזינד מל זיין. אברהם אבינו איז דעמאלט אלט געווען 99 יאר, זיין נאמען איז דעמאלט געטוישט געווארן צו אברהם פון אברם. צוזאמען מיט אים האט זיך אויך גע'מל'עט זיין זון ישמעאל און זיין קנעכט אליעזר, ווי אויך אלע אנדערע זכר פון זיין הויזגעזינד.
- אברהם אבינו ע"ה האט נישט געהאט ווער זאל אים מל זיין ווערט געברענגט אין מדרש אז השי"ת האט אים מל געווען.
- א יאר שפעטער ווען עס איז געבוירן געווארן צו אים זיין זון יצחק האט ער אים גע'מל'עט צו אכט טעג, אזוי ווי השי"ת האט אים געהייסן.
- עס ווערט נאכאמאל דערמאנט שפעטער אין די תורה עטליכע מאל, בעיקר אין פרשת תזריע, ווי עס שטייט אז מען זאל מל זיין א יעדעס זכר צו אכט טאג נאכן געבוירן ווערן.
- עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די גמרא אין מסכת נדה זאגט אז פארדעם איז עס צו אכט טאג און נישט פריער, ווייל א פרוי איז טמא טומאת לידה פאר א זכר ביז זיבן טעג נאך דער לידה, און עס איז נישט שיין אז אלע זאלן זיין בשמחה ביי די סעודה און די עלטערן זאלן זיין טרויערדיג ווייל זיי קענען נאך נישט האבן קיין שייכות איינער מיטן צווייטן.
וואס שניידט מען אראפ
מען שניידט אראפ א הייטל וואס דעקט איבער די גאנצע עטרה.
די מצוה פון ברית מילה
- די מצוה איז איינגעטיילט אין דריי:
חיתוך
דאס איז שניידן די הויט.
פריעה
דאס איז דאס אויפרייסן דאס אונטערשטע הייטל אויף דעם אבר.
מציצה
דאס איז אויסנאגן דאס בלוט פון די שניט, די גמרא זאגט אז דאס איז פאר געזונטהייט סיבות. עס איז מקובל, און אזוי ווערט געברענגט אין הלכה דאס צו טאן מיטן מויל, און דאס ווערט אנגערופן מציצה בפה.
מנהגים
כסא של אליהו
- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – כסא אליהו
וויבאלד אליהו הנביא קומט צו יעדן ברית, גרייט מען אהן אַ שיין בענקל און מען רופט דאס כסא של אליהו, מען לייגט דאס קינד אויפ'ן כסא של אליהו פאר'ן ברית. א טייל האבן דעם מנהג אז דער סנדק מיט'ן קינד אויף זיין שויס זיצן אויף דעם.
סנדק
- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – סנדק
מען איז מכבד א חשוב'ן איד מיט סנדקאות.
קריאת השם
סעודת הברית
מען פירט זיך ביי אלע אידן אז מען מאכט א סעודה נאכן ברית, דאס איז אַ סעודת מצוה און א בכור מעג אויספאסטן ערב פסח פאַר אזא סעודה. עס ווערט געברענגט דווקא צו עסן פלייש אדער עופות ביי דער סעודה וויבאלד עס איז א חשוב מאכל.
ס׳איז א מנהג צו זינגען דעם פיוט יום ליבשה ביי דער סעודה. אויך ווען מען בענטשט נאך דער סעודה זאגט מען דעם פיוט ״נודה לשמך״, און ביים סוף פון בענטשן לייגט מען צו זעקס ״הרחמן״׳ס וואס האבן א שייכות מיטן ברית.
פארוואס האט גאט געהייסן זיך מל זיין
די פראגע פארוואס איז נישט קיין נארישע. אידישע קינדער זענען מקיים גאטס געבאטן, און יעדע זאך האט א טעם. נישט איין טעם אדער סיבה, נאר מערערע. פשוט'ע סיבות און העכערע סיבות. מיסטישע און לאגישע. זאכן וואס מיר פארשטייען נישט און זענען העכער אונזער שכל, איז אויך גענוג סיבה פארוואס מיר דארפן פאלגן און אננעמען דעם געבאט. אבער יעדע מצוה האט א טעם דערביי, און די ראשונים מיטשען זיך גענוג צו טרעפן וואס מער טעמים פארוואס גאט האט אזוי געהייסן.
דא ביי ברית מילה, זאגט די תורה ארויס, אז דאס מל זיין דעם אבר הזכר, איז אן אות, א צייכן, צווישן אידן מיט גאט פון דער וועלט, אז דאס אידישע פאלק באלאנגט צו אים. און דאס איז אונזער סימבאל.
דער גרעסטער פון די חוקרים און פילאזאפן ביי אידן, דער הייליגער רמב"ם, זאגט אז דאס מל זיין איז אפצושוואכן און נידערן דעם כח התאוה, אז די תאוה ביים אידישן פאלק זאל נישט זיין אויף אזא מאסיוון פארנעם, ווי ביי דעם גוי. [1]
דער רמב"ם, אויסער דעם וואס ער איז געווען א דינאמישער פארשער, א פיליזאף פון העכסטן קאליבער, איז ער אויך געווען דער גרעסטער דאקטאר און מעדיצינישער עקספערט אויף דער וועלט אין זיינערצייט. און ווי מיר זעען האט ער אויך פארשטאנען מיט זיין חכמה אז דאס אראפנעמען די ערלה (אויבערשטע הייטל), פאראורזאכט דאס רעדוצירן דעם כח התאוה.