יונתן בן עוזיאל איז געווען פון די תנאים, ער איז געווען דער גרעסטער תלמיד צווישן די אכציג תלמידים פון הלל הזקן.[1]

יונתן בן עוזיאל
קבורה ארט עמוקה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

זיין קבר איז אין עמוקה, נישט ווייט פון צפת, אין גליל.

די גמרא פארציילט פון די גרויסע הייליגקייט זיינע, אז ווען א פויגל פלעגט אדורך פליען העכער זיין קאפ ווען ער האט געלערנט איז עס פארברענט געווארן.

ער איז נפטר געווארן כ"ו סיון.

דער אראמיישער תרגום אויף דער תורה וולעכער רופט מען תרגום יונתן איז נתחבר געווארן אין 8טן יארהונדערט און ס'האט נישט קיין קשר מיט אונדזער תנא.

רעפרענצען

רעדאַקטירן
  1. מסכת סוכה