בערלין
Berlin
הימל־ליניע פון בערלין
מדינה / טעריטאָריע דייטשלאנד
קאָאָרדינאַטן 52°31′N 13°24′E / 52.517°N 13.400°E / 52.517; 13.400קאארדינאטן: 52°31′N 13°24′E / 52.517°N 13.400°E / 52.517; 13.400
בירגערמייסטער מיכאל מילער
שטח 891.85 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

3,440,440‏  (שטייענדיג 2010)

בערלין (דײַטש: Berlin) איז די הױפּטשטאָט פֿון דײַטשלאַנד. מיט א באפעלקערונג פון 3,574,830 (סוף 2016), איז ער די גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד און די צווייטע מערסטע באפעלקערסטע שטאט אין דעם אייראפעישן פארבאנד. ער געפינט זיך אין צפון־מזרח פון דייטשלאנד. אין בערלין פליסן די טייכן שפרעע און כאפעל.

בערלין ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אינעם 13טן יארהונדערט. ער איז געווען די הויפטשטאט פון פרייסן (1701–1918), די דייטשע אימפעריע (1871–1918), די וויימאר רעפובליק (1919–1933) און דאס דריטע רייך (1933–1945).[1] צווישן די יארן 1961 - 1989 איז בערלין געווען צעטיילט דורך דער בערלינער וואנט.

בערלין איז איינע פון די 16 דייטשע לענדער, און איינע פון דריי שטאטס לענדער (די אנדערע צוויי זענען האמבורג און ברעמען).

היסטאריע

רעדאַקטירן

נאך דער דרייסיג יעריגער קריג אין דייטשלאנד פון 1618-1648, איז אראפ די באפעלקערונג פון בערלין צו נאר 6000.

ווען פרידריך דער ערשטער איז באקרוינט געווארן מלך פון פרייסין אין 1701 איז בערלין געווארן די הויפטשטאט פון פרייסין.

אין 1806 האט די ארמיי פון נאפאלעאן באנאפארטע מארשירט אריין אין בערלין.

אין 1871 איז בערלין געווארן די הויפטשטאט פון דער דייטשער אימפעריע.


אין 1933 האבן געוואוינט אין בערלין 160,000 יידן, א דריטל פון אלע יידן אין גאנץ דייטשלאנד. נאכדעם וואס די נאצי פארטיי האט געכאפט די הערשאפט אין דייטשלאנד, האבן יידן אנגעהויבן עמיגרירן ביז אין 1939 זענען געבליבן אין בערלין נאר 80,000 יידן. נאך קריסטאל נאכט אין 1938 האט מען ארעסטירט טויזנטער יידן און מ׳האט זיי געשיקט אינעם זאקסנהויזן קאצעט, נישט ווייט פון דער שטאט. פון אנהייב 1943 האט מען דעפארטירט די יידן אין אוישוויץ און אין אנדערע טויט לאגערן. צווישן 1943-1945 און ביים קאמף פון בערלין האבן אליאירטע פלי־קראפטן פארטיליקט גרויסע טיילן פון בערלין. 125,000 בירגער זענען געהרג׳עט געווארן.

ווען די צווייטע וועלט-מלחמה האט געענדיקט מיי 1945 זענען געקומען קיין בערלין טויזנטער פליטים פון מזרח־אייראפע. די אליאירטע קראפטן האבן צעטיילט בערלין אין פיר סעקטארן. שפעטער האבן די מערבדיקע קראפטן (פאראייניגט שטאטן, פראנקרייך און דאס פאראייניגטע קעניגרייך) פאראייניגט זייער סעקטארן צו שפאן מערב בערלין. דער סאוועטער סעקטאר איז געווארן מזרח בערלין. מערב בערלין איז געווען אינגאנצן ארומגענומען מיט דער סאוועטער זאנע פון דייטשלאנד. אין 1961 האט די קאמוניסטישע רעגירונג פון מזרח דייטשלאנד געבוייט דעם בערלינער וואנט צווישן מזרח און מערב בערלין.

געאגראפיע

רעדאַקטירן

טאפאגראפיע

רעדאַקטירן
 
Aerial view over Berlin Mitte

בערלין געפינט זיך אין צפון־מזרח דייטשלאנד, אין א זומפישער גענגנט מיט גאנץ פלאכער טאפאגראפיע, טייל פונעם ריזיקן גרויס-אייראפעישן פלוין וואס דערגרייכט פון צפון פראנקרייך ביז מערב רוסלאנד. דער טייך שפריי (400 ק״מ אין לענג) פליסט אדורך בערלין; אין דעם שפאנדוי באצירק אין מערב בערלין פליסט דער שפריי אריין אין טייך האוול, וואס פליסט פון דרום קיין צפון אדורך מערב בערלין. דער פארלויף פונעם האוול איז מער א קייט פון אזערעס, די גרעסטע פון זיי דער טעגעלער ים און דער גרויסער וואנזע. אויך איז פאראן א סעריע אזערעס וואס געבן וואסער אריין אינעם אייבער־שפריי, וואס פליסט דורך דער גרויסער מיגלזע אין מזרח בערלין.[2]

היפשע טיילן פון היינטיקן בערלין פארשפרייטן זיך אויפן נידריגן פּלאטאָ אויף ביידע זייטן פון דעם שפּרעע־טאָל. גרויסע טיילן פון די באצירקן רײניקנדאָרף און פּאנקאָוו ליגן אויפן בארנים פלאטא, און רוב פון די באצירקן שארלאָטנבורג־ווילמערסדאָרף, שטעגליץ־צעלנדאָרף, טעמפּלהאָף־שײנעבערג און נייקעלן ליגן אויפן טעלטאָוו פלאטא.

זייט 2015, איז די העכסטע הייכונג אין בערלין אויף די אָרקנבערג בערגלעך אין פּאנקאָוו, הויך 122 מעטער, וואו מען ווארפט אוועק בויברעך.[3] די גרעסטע נאטירלעכע הייך געפינט זיך אויף די מיגלבערג מיט 114.7 מ, און דער נידריגסטער פונקט איז ביים שפעקטע־ים אין שפאנדוי, הויך 28 מעטער.[4] די מערסטע וועלט־בארימטע גאס פון בערלין איז אונטער די לינדן.

באצירקן פון בערלין

רעדאַקטירן

זייט 2001 האט בערלין 12 באצירקן.

  1. שארלאטנבורג-ווילמערסדארף
  2. פרידריכסהיין-קרייצבערג
  3. ליכטנבערג-האהענשיינויזן
  4. מארצאן-העלערסדארף
  5. מיטע (צענטראל)
  6. נייקעלן
  7. פאנקאוו
  8. רייניקנדארף
  9. שפאנדוי
  10. שטעגליץ-צעלנדארף
  11. טעמפלהאף-שיינעבערג
  12. טרעפטאוו-קעפעניק

עקאנאמיע

רעדאַקטירן
 
בערלין איז אן אונעסקא "פלאנעווען שטאָט" און אנערקענט פאר אירע שעפערישע אינדוסטריעס און סטארטאפ-עקאסיסטעם.[5]

אין 2015 איז דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון דער שטאט-לאנד געווען €124.16 (~$142) ביליאן אין פארהעלטעניש צו €117.75 אין 2014,[6] א פארמערונג פון אומגעפער 5.4%. די בערלינער עקאנאמיע איז דאמינירט פון דעם באדינונג סעקטאר, מיט אומגעפער 84% פון אלע פירמעס וואס ארבעטן אין באדינונגען. אין 2015, איז די גאנצע ארבעט-קראפט אין בערלין געווען 1.85 מיליאן. די ארבעטסלאז ראטע האט דערגרייכט א 24-יאר נידריגפונקט אין נאוועמבער 2015 און איז געשטאנען ביי 10.0% .[7] פון 2012–2015 האט בערלין, ווי איינע פון די דייטשע לענדער, געהאט די העכסטע יערלעכע באשעפטיגונג וואוקס־ראטע. אומגעפער 130,000 שטעלעס זענען צוגעקומען אין דער תקופה.[8]

דער גרויסער בערלין טעגעל לופטפעלד איז איינע פון די 28 גרעסטע לופטפעלדער.

דעמאגראפיע

רעדאַקטירן

בערלין האט עטלעכע 3.375 מיליאן באוואוינער (ריכטיק פאר 2015) אין א שטח פון 891.75 קוואדראט קילאמעטער. אזוי איז די באפעלקערונג געדעכטקייט פון דער שטאט 3,850 איינוואוינער צו א ק״מ2. אין 2012, איז די דורכשניט עלטער פון די איינוואוינער געווען 42.2‏[9] און לויט די שטאטישע סטאטיסטיק פון 2015, זענען מער ווי 40 פראצענט פון די באוואוינער פון דער שטאט געווען יונגער פון 35‏[10].

457,806 (13.5%) פון דער באפעלקערונג זענען אויסלענדער מיט בירגערשאפט פון 185 לענדער. צווישן זיי 250,000 פון טערקיי (די גרעסטע טערקישע געמיינדע אין דער וועלט אינדרויסן פון טערקיי) און עטלעכע 36,000 פון שכנישן פוילן. אין דער שטאט וואוינען אויך פיל ישראלישע (בערך 50,000), אויך שפאנישע, קארעער, וויעטנאמעזער און נאך.

60% פון די איינוואוינער האבן נישט קיין רעליגיע, 19.4% זענען פראטעסטאנטישע קריסטן, 9.4% קאטאליקן, 2.7% אנדערע קריסטן און 8.8% מוסולמענער. ווייניגער ווי 0.3% פון די איינוואוינער פון בערלין זענען איינגשריבן ווי יידן.

די הויפט פרעמדער שפראכן וואס מ׳רעדט אין בערלין אחוץ דער אפיציעלער שפראך דייטש זענען טערקיש, ענגליש, אראביש, רוסיש און פויליש.

יידן אין בערלין

רעדאַקטירן

יידן ווערן דערמאנט אין דער שטאט בערלין צומערשטן מאל אין 1295. זיי האבן געוואוינט אין דער בערלינער יידנגאס. אין 1348, אין דער צייט פונעם שווארצן טויט זענען פארגעקומען פאגראמען, און די יידן וואס זענען איבערגעבליבן האט מען פארטריבן. די געמיינדע איז באנייט געווארן אין 1354. אין יאר 1446 האט מען פארטריבן די יידן פון גאנץ בראנדנבורג, אבער נאך א יאר האט מען זיי געלאזט צוריקקומען. אין 1510 איז פארגעקומען אין דער שטאט א בלוט-בילבול: מען האט געהרג׳עט פופציק יידן און די אנדערע האט מען פארטריבן. אין 1539 האט מען אנולירט דעם באפֿעל, און דער פרינץ יאאכים דער צווייטער פון בראנדנבורג האט באשטימט דעם הויף-ייד לעאפאלד פון פראג צו פארוואלטן די מינצעריי. ווען דער איז געשטארבן האט מען באשולדיגט לעאפאלד אז ער האט אים פאר׳סמ׳ט און מען האט אים הינגעריכטעט. אין 1573 האט מען באנייט דעם פארטרייבנונגס באפעל, דאס מאל "אויף אייביג".

אום 21סטן מיי 1671 האט פרידריך ווילהעלם דער ערשטער, דער עלעקטאר־פרינץ פון בראנדנבורג, דערלויבט 50 פארמעגלעכע יידישע משפחות, וואס האבן געוואנדערט נאך דער פארטרייבונג פון ווין א יאר פריער, זיך צו באזעצן אין דער שטאט. אין 1672 האט מען געהייליגט דעם אלטן בערלינער בית החיים, און אין 1714 האט מען געווידמעט א קבועדיקע שול אין היידערייטער געסל. מען האט געלייגט אויף דער געמיינדע שווערע שטייערן און פילע באגרעניצונגען. אין 1700 האט די יידישע געמיינדער געציילט בערך 1,000 מענטשן. ווערנט דעם יארהונדערט זענען עטלעכע פון די פירער פון דער געמיינדע געווארן רייך און נאנט צו דער הערשאפט, פארויס פון זיי דניאל איציג.

אין 1778 האט דוד פרידלענדער געעפנט די יידישע-פריישולע (דייטש: Jüdische Freyschule), וואס איז געווען דער ערשטער חינוך אנשטאלט ביי אשכנזישן יידנטום וואו מען האט געלערנט אויך סעקולערע פאכן. אין 1812 האט מען געגעבן עמאנציפאציע צו אלע יידן אין פרייסן. דאס האט געברענגט א כוואליע פון אסימילאציע ביי די דייטשע יידן, וואס האט ארויסגעברענגט א שטארקן ייאוש ביי מחנכים ווי יום-טוב ליפמאן צינץ. אין די 1930ער יארן האבן זיך געשמד׳ט אין בערלין עטלעכע פופציק מענטשן א יאר.

איינע פון די ערליכע רבנים אין בערלין, איז געווען רבי עזריאל הילדעסהיימער זצ"ל, וואס ליגט אינעם יידישער בית החיים אין בערלין.

צווילינג שטעט

רעדאַקטירן

בערלין האט 17 צווילינג שטעט.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Documents of German Unification, 1848–1871. Modern History Sourcebook. דערגרייכט דעם ‏18טן אויגוסט 2008.
  2. Satellite Image Berlin. גוגל מאפעס. דערגרייכט דעם ‏18טן אויגוסט 2008.
  3. Berlin hat eine neue Spitze (ארכיווירט 22.07.2016 ביי דער Wayback Machine), Qiez, 27 January 2015.
  4. Stefan Jacobs: Der höchste Berg von Berlin ist neuerdings in Pankow, 22 February 2015.
  5. Berlin – Europe's New Start-Up Capital.
  6. "Volkswirtschaftliche Gesamtrechnungen – Bruttoinlandsprodukt", statistik-portal. דערגרייכט דעם ‏21סטן מיי 2016. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 2018-01-11.  (אויף דייטש)
  7. "Berlin hat so wenig Arbeitslose wie seit 24 Jahren nicht", Berliner Zeitung. דערגרייכט דעם ‏1טן נאוועמבער 2015. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 2015-12-03.  (אויף דייטש)
  8. "In Berlin gibt es so viele Beschäftigte wie nie zuvor", Berliner Zeitung (‏28סטן יאנואר 2015). דערגרייכט דעם ‏16טן פעברואר 2016.  (אויף דייטש)
  9. Demography - Region of BERLIN, אינטערנעט ארט UrbiStat.it(אויף ענגליש)
  10. The population of the capital region‏, באתר האינטרנט Berlin - Business Location Center (אויף ענגליש)