גיור
גיור איז דער פראצעס וויאזוי א גוי ווערט א איד; דער גוי וואס איז זיך מגייר הייסט א גר. לויט דער הלכה איז א איד אדער איינער וואס איז געבוירן צו א אידישער מוטער אדער איינער וואס איז זיך מגייר.
א גר אין דער תורה
רעדאַקטירןא גר אין די תורה מיינט א פרעמדער א גוי, ווער ס'איז געקומען וווינען אין ארץ ישראל אויף א וויילע אויף צו ארבעטן א.ד.ג. ווען זיין משפחה וווינט אין חוץ לארץ.
א גר האט באזונדערע דינים אין דער תורה אנדערש ווי סתם א גוי, מען דארף זיך מיט אים גוט פירן ”וְגֵר לֹא-תוֹנֶה, וְלֹא תִלְחָצֶנּוּ: כִּי-גֵרִים הֱיִיתֶם, בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם” (שמות כ"ב).