נאקעט איז א מענטש וואס טראגט נישט קיין קליידונג הייסט עס נאקעט. עס ווערט אנגערופן אויסגעטאן.

היינט איז פארבאטן אין רוב פלעצער אין דער וועלט אומלעגאל צו גיין נאקעט גענצליך אויף דער גאס. לויטן געזעץ מוזן די זכרים זיך פארדעקן די פלאץ פון די פעניס, און די נקיבות סיי די וועדזשיינע (געשלעכט גליד) און אויך די ברוסטן ביים ארויסגיין אויפן גאס צווישן מענטשן.

אידישקייט

רעדאַקטירן

אדם הראשון פארן חטא פון עסן דעם עפל דורך דעם שלאנג איז געווען נאקעט, אבער צוליב זיין זינד האט ער זיך געמוזט צודעקן מיט קליידונג אויס בושה.

ביי חסידים איז אנגענומען צו גיין נאקעט אין מקוה אפילו עס איז פיל מענטשן ביינאזאם און איז לכאורה אין קעגנווארט צו צניעות צו אנטבלויזן דעם קערפער פארנט פון א צווייטן. אבער ביים גיין פונעם פלאץ וואו מען טוט זיך אויס די קליידער ביזן בור הטבילה פירט מען צוצודעקן מיט א האנטוך. אין די קהלה תולדות אהרן איז איינגעפירט אז עס איז טונקל אין מקוה, כדי מען זאל נישט צוקומען צו זעהן וואס מען טאר נישט, וואס דאס איז א הארבער פגם אין קדושה.