יעקב ליצמאן
יעקב ליצמאן (געב. כ"ח אב, ה'תש"ח) איז א גערער חסיד, געהאדעוועט אין ברוקלין, ניו יארק. ער איז דער פארזיצער און א מיטגליד פון דער אגודת ישראל פארטי אין דעם כנסת (דער פארלאמענט פון מדינת ישראל), וואו ער האט געדינט ווי מיניסטער פון געבוי און באוואוינונג. פריער האט ער געדינט ווי מינסטער פון געזונטהייט אין דער ישראל רעגירונג. ער איז א געוועזענער פירער פון דער יהדות התורה פֿראקציע אין דעם כנסת.
2019 | |||||||||||||||
געבורט |
2 סעפטעמבער 1948 (אלט 76) כ"ח אב ה'תש"ח דייטשלאנד | ||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||||||||||||
לערנארט | טשעבינער ישיבה | ||||||||||||||
באשעפטיגונג | פאליטיקער | ||||||||||||||
פארטיי | אגודת ישראל | ||||||||||||||
פראקציע | יהדות התורה | ||||||||||||||
| |||||||||||||||
| |||||||||||||||
| |||||||||||||||
| |||||||||||||||
| |||||||||||||||
| |||||||||||||||
לעבענסגעשיכטע
רעדאַקטירןיעקב ליצמאן איז געבוירן אין יאר תש"ח אין א פארוואגלטער לאגער (די.פי. לאגער) אין דייטשלאנד. זיינע עלטערן זענען געווען פוילישע יידן וואס זענען ניצול געווארן פון חורבן אייראפע. אין יאר תש"י האט די משפחה זיך געצויגן קיין בארא פארק אין ברוקלין, וווּ ער האט געוווינט פופצן יאר. צו זיבעצן יאר איז ער געפארן אין ישיבה אין ארץ ישראל.
זיין ערשטע אמט איז געווען אלס מנהל פון דער חסידישער בית יעקב שולע אין ירושלים. שפעטער איז ער געווארן טעטיג אין פאליטיק אונטער דער אויפזיכט פון גערער רבי'ן, הרה"צ שמחה בונם אלטער.
ער וווינט אין ירושלים און ער האט פינף קינדער.
טעטיקייטן
רעדאַקטירןאין פארלויף פון די יארן איז ער נעווארן דעם רבי'נס רעכטע האנט, ער האלט נאך די ראלע ביים היינטיקן רבי'ן הרה"צ יעקב אריה אלטער. אין יאר ה'תשנ"ט (1999) האט ער פארלאזט זיין אמעריקאנער בירגערשאפט לויטן פארלאנג פון רבי'ן בכדי אז ער זאל זיך קאנדידירן אויף דער רשימה פון אגודת ישראל ביי די כנסת וואלן וואס זענען פארגעקומען יענע יאר. זייט דעמאלסט פירט ער די אגודת ישראל כנסת פראקציע, אפשמוסן אלץ מיטן רבי'ן טאג טעגלעך.
פון תשנ"ט ביז תשס"א איז ער געווען א מיטגליד פון דער כנסת אינערוועניגע ענינים קאמיטעט[1] און אויך וויצע-פארזיצער פון דער כנסת ארבעט און סאציאלער פארזארג קאמיטעט.[2] אין יאר תשס"ב האט אגודת ישראל געהאט א קאליציע אפמאך מיט דער רעגירונג פון אריאל שרון און מ'האט באשטימט ליצמאן אלס פארזיצער פון דער חשובער פינאנץ קאמיטעט. דעם אמט האט ער געהאלטן ביז מען האט אים אפגעזאגט אין תשס"ז.
ליצמאן האט געארבעט שווער צו גרינדן די חרדישע מאיאנטקעס אין אשדוד, תל אביב, ערד און בית שמש.
געזונט מיניסטער
רעדאַקטירןביי די וואלן צום 18טן כנסת איז ליצמאן געווען דער ערשטער אין דער יהדות התורה רשימה, אבער נאך די וואלן האט ער נישט באקומען די פארזיצערשאפט פון דעם פינאנץ קאמיטעט ווי פריער, צוליב התנגדות פון די מיטגלידער אין זיין פראקציע.[3]. אנשטאט דעם האט מען אים באשטימט וויצע מיניסטער פאר געזונט.[4] אין דער זעלבער צייט האט ער אויפגעהערט זיין פארזיצער פון דער יהדות התורה פראקציע, און אין זיין ארט האט מען באשטימט פארזיצער כנסת דעפוטאט מנחם לייזער מאזעס
אום 26טן נאוועמבער 2017 האט ליצמאן איינגערייכט ביים פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו זיין רעזיגנירונג בריוו, נאכדעם וואס ער האט שוין עטליכע מאל באדראט צו פארלאזן זיין אמט אין פאל אז די אינשטאנדהאלטונג-ארבעטן אין דער באן וועלן ווערן אין שבת קודש דורכגעפירט. צו דער פרעסע האט ער ערקלערט די אורזאך וואס האט אים געפירט צו זיין רעזיגנירונג. ער האט געטענ'ט אז אלס א פארטרעטער פונעם חרדישן אידנטום קען ער נישט זיין א חלק פון א רעגירונג וואס לאזט צו א חילול שבת.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ברוקלינער חסיד נעמט אויף פאזיציע פון מאכט אין ישראל (ארכיווירט 26.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ↑ נייעס 2001, archived from the original on 2007-09-30, https://web.archive.org/web/20070930024319/http://chareidi.shemayisrael.com/archives5761/shemini/aknesset.htm, דערגרייכט 2007-09-10
- ↑ נייעס 2000, archived from the original on 2007-09-30, https://web.archive.org/web/20070930015200/http://chareidi.shemayisrael.com/archives5760/pinchas/azoglkbc.htm, דערגרייכט 2007-09-10
- ↑ פנחס וואלף, הנקמה של פרוש: ליצמן לא יו"ר ועדת הכספים, וואלה! NEWS, 1טן אפריל 2009
- ↑ שמואל קופער, ליצמן לביבי: אהיה סגן שר הבריאות, צופר, 6טן אפריל 2009