א מאפע אדער א קארטע איז אן אפמאלונג פֿון א שטח —א סימבאלישע שילדערונג וואס טוט ארויסהייבן די שייכות'ן צווישן עלעמענטן פון דעם רוים למשל אביעקטן, ראיאנען און טעמעס.

וועלט מאפע

אסאך מאפעס זענען סטאטישע צוויי-געמעסטן, געאמעטריש גענויע רעפרענזירונגען דריי-געמעסט רוים. על פי רוב ניצט מען א מאפע אויסצומאלן געאגראפיע, אבער א מאפע קען אפמאלן וואסארא רוים, סיי רעאל סיי אויסגעטראכט.

געאגראפישע מאפעס

רעדאַקטירן
 
א קארטע פון די הימלען, פונעם 17טן יארהונדערט, פֿון דעם האלענדישן קארטעסמאכער פֿרעדעריק דע וויט.

קארטאגראפיע, אדער מאכן מאפעס איז די שטודיע ,און אויך די פראקטיק, פֿון שאפֿן רעפרעזענטירונגען פון דער ערד אויף אן אייבערפֿלאך. איינער וואס מאכט מאפעס ווערט גערופן א מאפעסמאכער אדער א קארטאגראף.