ניסן
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ||||||
ב | ג | ד | ה | ו | ז | ח |
ט | י | יא | יב | יג | יד | טו |
טז | יז | יח | יט | כ | כא | כב |
כג | כד | כה | כו | כז | כח | כט |
ל | ||||||
לוח לשנת ה'תשפ"ה | ||||||
ניסן איז דער ערשטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער זיבעטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).
קביעות - קאלענדאר
רעדאַקטירןפון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז ניסן שטענדיג א פולער חודש (מלא): א חודש פון דרייסיג טעג.[3]
ראש חודש ניסן איז שטענדיג איין טאג: דער ערשטער טאג פון ניסן, וויבאלד אדר אדער אדר ב' איז שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): ער האט שטענדיג נאָר ניין און צוואנציג טעג.
דער ערשטער טאג פון חודש ניסן קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (א ג ה ז) זונטיק, דינסטיק, דאנערשטיק, שבת.[4]
קאלענדאר פאר ניסן ווען דער ערשטער טאג געפאלט דינסטאג
רעדאַקטירןא | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ב | ג | ד | ה | ||
ו | ז | ח | ט | י | יא | יב |
יג | יד | טו | טז | יז | יח | יט |
כ | כא | כב | כג | כד | כה | כו |
כז | כח | כט | ל | |||
לוח לשנת ה'תש"ע | ||||||
אין א נארמאל יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה בח"ג פשוטה) אדער ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה זש"ג פשוטה); אויך אין אן עיבור־יאר ווען ר"ה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה הש"ג מעוברת) אדער ר"ה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה זח"ג מעוברת), געפאלט דער ערשטער טאג ניסן דינסטאג.
קאלענדאר פאר ניסן ווען דער ערשטער טאג געפאלט שבת
רעדאַקטירןא | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ||||||
ב | ג | ד | ה | ו | ז | ח |
ט | י | יא | יב | יג | יד | טו |
טז | יז | יח | יט | כ | כא | כב |
כג | כד | כה | כו | כז | כח | כט |
ל | ||||||
לוח לשנת ה'תשע"ב | ||||||
אין א נארמאל יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטיק און דאס יאר איז כסדרן (ד"ה הכ"ז פשוטה); אויך אין אן עיבור־יאר ווען ר"ה געפאלט מאנטיק און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה בש"ז מעוברת) אדער ר"ה געפאלט דינסטיק און דאס יאר איז כסדרן (ד"ה גכ"ז מעוברת), געפאלט דער ערשטער טאג ניסן שבת.
דער נאמען פון חודש
רעדאַקטירןנישט אין דער תורה און אויך נישט אין נביאים ווערט דערמאנט די נעמען פון די חדשים, אין ירושלמי[5] שטייט, די נעמען פון די חדשים האט מען מיט געברענגט פון גלות בבל (פון דער אראמישער שפראך[6]), דערפאר געפינען מיר אין כתובים (עזרא, נחמיה, אסתר) יא דערמאנט פון די נעמען. מפרשים ערקלערין,[7] פאר גלות בבל האט מען געריפן די חדשים אנדערע נעמען, דער בני יששכר[8] שרייבט, די נעמען האט מען באקומען אויף בארג סיני, נאר זיי זענען געווען א בחינה פון תורה שבעל פה וואס מען האט נישט געמעגט שרייבן.
דער נאמען פון חודש ניסן געפינען מיר שוין דערמאנט אין פסוק "בחדש בראשון הוא חדש ניסן" (אסתר ג. ז.), דער בני יששכר[9] שרייבט, אז דער נאמען נעמט זיך פון דעם ווארט נס, ווייל דער חודש איז פארבערייט פון אייביג אויף פאר ניסים ווי ס'שטייט "ליל שמורים הוא לד'" (שמות יב. מב.).
דער אינהאלט פון חודש
רעדאַקטירןדער צירוף פון חודש ניסן גייט ארויס פון דער אנפאנג פון די ווערטער (ראשי תיבות) ישמחי השמים ותגל הארץ[10] (תהלים צו. יא.).
דער מזל פון ניסן ווערט אנגערופן טלה.[11]
דער בני יששכר[12] שרייבט, חודש ניסן איז דער קעניג פון די חדשים און ברענגט א רמז פון פסוק, "החדש בזה לכם (מל"ך) ראש חדשים" (שמות יב. ב.).
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצען
רעדאַקטירן- ↑ ר"ה ז' ע"א
- ↑ ר"ה ב' ע"א
- ↑ רמב"ם קידוש החודש פ"ח ה"ד ה"ה
- ↑ או"ח תכ"ח ב'
- ↑ ר"ה פ"א ה"ב
- ↑ אבן עזרא אויף מגילת אסתר ב טז (לשון כשדים)
- ↑ פני משה שם
- ↑ חודש ניסן מאמר א אות ו
- ↑ חודש ניסן מאמר א אות ז
- ↑ משנת חכמים ניסן פ"א א
- ↑ ספר יצירה פ"ה
- ↑ חודש ניסן מאמר א אות ה
די יידישע חדשים |
ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב') |