די הסתדרות המזרחי איז געווען א רעליגיעזע ציוניסטישע פאליטישע באַוועגונג, געגרינדעט אין 1902. נאך דעם באשלוס פונעם ציוניסטישן קאנגרעס אז די ציונים דארפן זיך פארנעמען מיט א וועלטליכער ציוניסטישער דערציאונג, האט א גרופע רעליגיעזע ציוניסטן אנגעפירט דורך רבי יצחק יעקב ריינעס באשלאסן אז נאר אין קיום מצוות וועט מען אויפהיטן דאס אידישע פאלק. ד י גרופע האט באשלאסן צו װײטער האנדלען לויט אירע פרינציפן אין דער ראמער פון דער צױניסטישער באװעגונג . דעם 22טן יאַנואַר 1957 האָט זי זיך צונויפגעמישט מיט "הפועל המזרחי" אין דער נאַציאָנאַל-רעליגיעזער פּאַרטיי מזרחי-הפועל מזרחי.

מזרחי
תנועת המזרחי
mizrachi.org
לאגא פון זימבירגן מזרחי יאר 1929