טאטואירונג

(אַריבערגעפֿירט פון כתובת קעקע)

טאַטויִרונג (לשון קודש: כתובֿת־קעקע) איז ווען מע קריצט אריין אינעם לייב א שריפט אדער א בילד מיט טינט וואס זאל בלייבן אין דעם לייב אויף שטענדיג. דאס איז א גאר אלטער שטייגער נאך פון דער שפעטערער פאַלעאליטישער תקופה. אמאל האט מען דאס געטון פון טראדיציאנעלע אדער רעליגיעזע סיבות, היינטיקע צייטן איז דאס א מאדע.

אן אױסגעקריצטן אָדלער אויף דעם רעכטן ארעם

די נאציס האבן טאטוירט זייערע געפאנגענע מיט נומערן ביי די קאנצענטראציע לאגערן אינעם חורבן־אײראפּע אויף צו זיי אידענטיפיצירן.

היינט צוטאגס איז מעגליך אראפ צונעמען טיילווייז א טאטוירונג.

טאטוירונג אין דער תורה

רעדאַקטירן

דאס איז אסור ע"פ תורה, ווי עס שטייט: ושרט לנפש, לא תתנו בבשרכם וכתובת קעקע לא תתנו בכם (ויקרא י"ט), ווייל דאס איז געווען א מנהג פאר עבודה זרה, און מען האט באקומען פאר דעם מלקות.

א סך בעלי תשובה וואס האבן זיך טאטוירט ווען זיי זענען נאך געווען פריי, פּלאָגן זיך אראפצונעמען זייער טאטואירונג.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טאטוס