הילף:רעדאקטירן א בלאט

(אַריבערגעפֿירט פון ענדערן)

דער בלאט רעדאקטירן א בלאט איז הילף ווי אזוי צו רעדאקטירן ארטיקלען אין דער וויקיפעדיע. (זעט אויך הילף:אנהייבן א נייעם בלאט צו לערנען זיך ווי צו שאפן א נייעם ארטיקל).

רעדאקטירן
הייבט אן א נייעם ארטיקל
ארטיקל נאמען


רעפערענצן
לינקען
רערן-לינקען
אינטערשפראך לינקען
אינטערוויקי לינקען
נאטיץ פיסלעך

פארמאטן
וויקיטעקסט
ליסטעס און טאבעלעס
בילדער און טעקעס
פארמלען

ארגאניזירן
אפטיילונגען
קאטעגאריעס
ווייטערפירונגען
באוועגן אן ארטיקל
נאמענטייל
בלאט גרייס

פאררעכטן טעותים
צוריקדרייען רעדאקטירונגען
פאראויסדיגע ווייזונג

שפארן טירחה
רעדאקטירן דורכוועגן
רעדאקטירן פאס
מאגישע ווערטער
מוסטערן
Variables
Calculation

קאמוניקאציע
קורץ ווארט
רעדן זייט
רעדאקטירונג מלחמה
מינערדיקע רעדאקטירונג

אנדערע

זאמדקאסטן

וויקיפעדיע איז א וויקי, ד.ה. יעדער איינער קען גאנץ גרינג רעדאקטירן נארוואס אן אומגעשיצטן בלאט, און אויפהיטן די ענדערונגען צום בלאט זאפארט, אז יעדער אנדער ליינער זאל דאס קענען זען. מען דארף זיך אפילו נישט איינשרייבן פריער. נאך דער ערשטער רעדאקטירונג, זענט איר שוין א וויקיפעדיע רעדאקטאר!

אריינפיר

רעדאַקטירן

כדי צו רעדאקטירן אן עקזיסטירנדן ארטיקל, טוט א קוועטש אויפן "רעדאַקטירן״ אדער אויפן ״רעדאַקטירן קוואַלטעקסט" צינגל וואס ליגט גאנץ אויבן פונעם ארטיקל, דאס וועט אייך צוברענגען צו א זייטל וואס אין איר וועט איר זען א קעסטל וואס אנטהאלט דעם גאנצן אינהאלט פונעם ארטיקל. אין דעם קעסטל קענט איר רעדאקטירן דעם ארטיקל.

קורץ ווארט: פארוואס און וואס האט איר געענדערט?

רעדאַקטירן

אונטער דעם גרויסן קעסטל, וועט איר זען א קליין קעסטל מיט רויטע ווערטער געשריבן: "קורץ וואָרט: וואס און פארוואס האט איר געטוישט?". אין דעם קורצן קעסטל ברויכט איר צו שרייבן קורץ און שארף וועלכע ענדערונגען האט איר געטוישט אינעם ארטיקל און פארוואס האט איר געטוישט. צום ביישפיל, אויב האט איר דאטירט דעם געבוירן-טאג פון עפעס א פערזענלעכקייט, שרייבט: "דאטירט זיין געבורטס-טאג" אד"ג. (זעט מער הילף:קורץ ווארט).

פאראויסדיגע ווייזונג

רעדאַקטירן

אצינד ווען איר האט געענדיגט מיטן שרייבן קענט איר א קוועטש טאן אויפן "ווײַזן פֿאָרויסקוק" קנעפל אונטן. דאס וועט אייך ווייזן ווי אזוי וועט אויסזען דער ארטיקל נאך אייער טויש. אויב איז דער נייער אויסזען געארדנט און פאסיג גיבט א קוועטש אויפן "אויפֿהיטן בלאַט" קנאפ.

די ענדערונג סיסטעם

רעדאַקטירן

עס טרעפט זיך צומאל אז איינער וועט אפשרייבן א גענצליכן ארטיקל, גוט אויסגעלייגט מיט א גוטער שפראך און אפשר אפילו מיט בילדער און מקורות. ווען דאס פאסירט איז עס א געשמאק צו זען. דאס איז אבער א זעלטנהייט. די מערהייט פון וויקיפעדיע ארטיקלען ווערן געשריבן קודם קורץ דורך איינעם, און דערנאך קומען אנדערע און פארבעסערן אים ביז ער ווערט א גענצליך אויסגעארבעטער ארטיקל.

דאס איז די מעלה פון דער וויקי סיסטעם. אן ארימע ארטיקל פון אפאר שורות קען זיך מיט די צייט אנטוויקלען צו אן הערליך אויסגעארבעטע מייסטערווערק.

יעדע באנוצער איז אויפגעפאדערט צו ענדערן און מעקן און טוישן וואס ער האלט איז מער אויסגעהאלטן אין אן ארטיקל. וויקיפידיע איז א רשות הרבים וואס מיטן כוח הרבים קען מען אהערשטעלן א געשמאקע ריזן וועלט פון אינפארמאציע וואס זאל זיין ריכטיג און אויסגעהאלטן ווי ווייט מעגליך.


וויכטיגע אנווייזונגען

רעדאַקטירן

די וויקיפעדיע באנוצער האבן פארשידענע צוגאנגען צו שרייבן און ענדערונגען. דער הויפט פונקט איז אז אלע זאלן ארבעטן געמיינזאם און גוטוויליג אויף צו פארבעסערן דעם ענציקלאפעדיע. דאך זענען דא אפאר אנווייזונגען וואס איז ווערט מען זאל געדענקען.

די אפיציעלע פאליסיס

רעדאַקטירן

עס איז ראטזאם אז באנוצער באקענען זיך מיט די אפיציעלע פאליסיס און אנווייזונגען פאר דער יידישער וויקיפעדיע. דאס מאכט זיכער אז אלע פארשטייען די הויפט יסודות פון וויאזוי עס גייט צו דאס שרייבן און פארעכטן וויקיפעדיע בלעטער.

קליק דא פאר די אפיציעלע פאליסיס און אנווייזונגען

זיי דרייסט ביים ענדערן

רעדאַקטירן

עס איז וויכטיג אז מענטשן זאלן זיך פילן פריי צו טוישן און פארבעסערן אן מורא אז מען וועט עפעס קאליע מאכן. עס פארשטייט זיך אז צו יעדן כלל איז דא א יוצא מן הכלל, און כאטש איר זענט געראטן צו זיין דרייסט, איז אבער דא פעלער, ווי צ.ב.ש. קאנטראווערסיעלע אדער לאנג אויסגעארבעטע ארטיקלען, וואס עס לוינט זיך קודם איבערצושמועסן אין די רעדן בלעטער אדער דירעקט מיטן שרייבער וואס האט דאס געשריבן אויף זיין באנוצער רעדן בלאט.

קליק דא פאר נאך פרטים איבער דעם זיי דרייסט פרינציפ

אויסמעקן

רעדאַקטירן

כאטש עס איז אפטמאל וויכטיג צו מעקן, איז אבער ראטזאם צו זיין פארזיכטיג און זיכער מאכן אז דער מעקן איז דער ריכטיגער שריט. אויב ווילט איר מעקן גרויסע חלקים פון אן ארטיקל, רעדט דאס קודם אדורך אויפ'ן רעדן בלאט.

פאלגנד זענען עטליכע גילטיגע סיבות אויף צו מעקן:

  • געטאפלטער תוכן
  • אומרעלעוואנטע שטיקלעך
  • קלארע השערות ד.ה. נישט פאקטן
  • נעגאטיווע לשון הרע'ס וואס האבן נישט קיין מקור
  • קאפירעכט פארלעצונגען
  • נישט ריכטיגע פאקטן

צומאל לוינט זיך צו טאן דאס פאלגנדע, ענדערש ווי מעקן:

  • אויסבעסערן די שפראך, אבער לאזן דעם אינהאלט
  • אריבער ריקן חלקים פון דעם טעקסט צו אן אנדערן (אדער א נייעם) ארטיקל
  • צולייגן מער פרטים פון אן אנדערן צד כרי צו מאכן דעם ארטיקל באלאנסירט.

אויב האלט איר אז עס איז דוקא יא וויכטיג צו מעקן אדער איבערצושרייבן אינגאנצן, דאן לייגט געמעקטע שטיקלעך וואס זענען ווערט צו דיסקוסירן אין דעם רעדן בלאט.

געדענקט: אפילו אויב איר האלט עפעס איז נישט ריכטיג, האט עס אבער איינער געלייגט דארט און מסתם געהאלטן אנדערש ווי אייך. דעריבער, לייגט א באמערקונג אויפקלערנדיג אז דאס איז פאלש.

טאמער איר האלט אז די ענדערונג איז מער נוגע צום באנוצער דאן שרייבט דאס אין דעם באנוצער רעדן. עס איז ווערד צו באמערקן אז עס זענען פארהאן צוויי גרויסע דיאלעקטן אין יידיש. איינס ווערט געשריבן "יידיש" און דער צווייטער - "אידיש", דערפאר אויב מעקט איר א קעפל אלס דעם אנדערן דיאלעקט, ביטע רעכנט זיך מיט אנדערע און קלערט אז טאמער איינער האט אזוי געשריבן מסתם איז זיין דיאלעקט אזוי, און מאכט א ווייטערפירונג. אז נישט וועט איר באליידיגן דעם אנדערן באנוצער און אים פארטרייבן מיט זיינע אלע חברים וואס רעדן ווי ער יידיש.

קאנטראווערסיעלע נושאים

רעדאַקטירן
 
דער צווייטער טעב פון רעכטס איז דער רעדן בלאט

אין א פראיעקט ווי וויקיפעדיע איז נישט מעגליך עס זאל נישט אריינקומען קיין נושאים וואס עס וועט זיין אין דעם שארפע חילוקי דעות. עס איז וויכטיג אז באנוצער זאלן זיך האלטן דעם קאפ און נישט ווערן אריינגעשלעפט אין קריגערייען און טענה'רייען איבער די נושאים.

די כוונה פון וויקיפעדיע איז צו האבן פֿאַרלאָזליכע און מקורות'דיקע אינפארמאציע איבער סיי וועלכן נושא.

פאלגענד זענען עטליכע אנווייזונגען אויף דער טעמע:

  • אויב זעט איר אינפארמאציע וואס איר האלט אז דאס איז פאלש, פרובירט צוצולייגן א זאץ ווי "דער צד האלט...", אדער "עס זענען דא וואס זאגן...", וכדו'. דערנאך לייגט צו דעם צווייטן צד עס צו באלאנסירן.
  • אויב האט איר נישט קיין שום ספק אז די אינפארמאציע איז פאלש, אדער אז עס איז א נארישע, אדער אבסורדישע פאקט, דאן מעקט דאס אויס און גיבט אן אייערע סיבות קלאר אין דעם ארטיקל'ס רעדן בלאט.
  • צומאל וועט זיין ריכטיגע אינפארמאציע געברענגט מיט א מקור, וואס איינער וועט מעקן פאר פארטייאישע סיבות אָדער אָן אָנגעבן אַ סיבה. אויב איז קלאר אז דער מאטיוו אז פארטייאיש אדער פערזענליך דאן איז דאס וואנדאליזם. לייגט יענעם א ווארענונג אין זיין רעדן בלאט. זייט אויפמערקזאם אז עס איז נישט קיין וואנדאליזם אויב האט יענער געמיינט אויף צו פארבעסערן. גייט בדרכי נועם און פרעגט זיך אן ביי יענעם וואס זיין כוונה איז געווען.

עס וועט אייביג זיין יחידים מיט שמאָלע אַגענדעס וואָס וועלן מעקן גוטע זאַכן און שרייבן פאַלשע אינפאָרמאַציע. דאָס מערהייט באנוצער וואָס קומען זיך צוזאַמען אויף איין פּלאַץ זיך דורכרעדן, ווערן זייערע פּערזענליכע דיפערענצן פאַרמינערט קעגן דעם מעכטיגען רוב פון זייערע שותפות'דיגע ריכטיגע דעות און אינפאָרמאַציע. קומט אויס, אַז סוף טאָג וועט דער אמת זיגן.

וויקי איז אַ קאָמפּיוטער פּראָגראַם געווידמעט ספּעציעל צו ערייכען דעם ציל, עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פארעכטן די פאלשע, פּערזענליכע אדער פארטייאישע אינפאָרמאַציע וואָס פארדרייען דעם אמת. ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלש איז דער כוח הרבים.

אַלע תיקונים און רעאַקציעס פון יעדער ענין קען יעדער ליינען און אָפּמאכן אויב עס איז באַרעכטיגט. אויב באַשליסט א ליינער אַז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פארעכטן. אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אַהין און צוריק ווענד אייך צו אן אדמיניסטראטור אדער ווארט אביסל ביז דער וויכוח וועט זיך אפשטילן.

 
דאס רעדאַקטירן צינגל איז העכער יעדן ארטיקל.
 
די עלף צינגלעך וואס וועט אייך דינען צו פארעכטן, מעקן און אויסבעסרן דעם ארטיקל

טעכנישע הילף

רעדאַקטירן

העכער יעדן ארטיקל איז דא פינף צינגלעך: 1. ארטיקל 2. שמועס 3. לייענען 4. רעדאַקטירן 5. ווײזן היסטאריע.

איר קוועטשט אויפן פערטן צינגל: רעדאַקטירן, און הייבט אן מעקן איבערשרייבן ככל הטוב בעיניך. אלע אייער ארבעט גייט אריין אין דער היסטאריע, וואס יעדער איינער וועט קענען זען אין דעם "ווײַזן היסטאריע" צינגל, און דאס צוריק טוישן דארטן מיט איין קוועטש.