ארימקייט
ארימקייט איז א מצב ווען א מענטש אדער א גרופע פון מענטשן וואס זענען אן עקאנאמישע איינהייט (ווי למשל א פאמיליע) האבן נישט די מיטל זיך אויסצוהאלטן מיט גרונטלעכע באדערפענישן, ווי עסן און ריין וואסער.
אויך ווען א מענטש האלט זיך אין א נידעריגן לעבנסניווא ווי אנדערע אין זייערע סביבה, איז דאס א "פארהעלטנמעסיקע ארימקייט".
אין רוב לענדער טוט מען אויסרעכענען סטאטיסטיק וועגן דעם ניווא פון ארימקייט אין דעם לאנד.
דער וועלט באנק האלט אז איינער וואס האט נישט $1.25 א טאג לעבט אין עקסטרעמער ארימקייט.