קרבן פסח איז א מצווה אויף יעדן איד צו שחטן און עסן מיט זיין משפחה. דעם קרבן טוט מען שעכטן ערב פסח און מען עסט דאס פלייש ביינאכט מיט מצה און מרור. דער קרבן מוז זיין א שעפסל אדער א ציגעלע, א זכר, נאך נישט איין יאר אלט. מען בראט דעם קרבן גאנץ.

ווען איינער איז טמא אדער ווייט פונעם מקום המקדש ערב פסח, האט ער א צווייטע געלעגנהייט צו ברענגען דעם קרבן פסח שני.

קרבן פסח איז איינע פון צוויי מצוות עשה אויף וואס מען באקומט א שטראף פון כרת טאמער מען היט נישט די מצווה. (די צווייטע מצוה איז מילה).


קרבנות 

חטאת: חטאת בהמה | חטאת העוף | פר העלם דבר של ציבור | שעיר יום כיפור | עולה ויורד

עולה: עולת בהמה | עולת העוף | קרבן תמיד

שלמים: שלמי ציבור | חגיגה | נדרים ונדבות | בכור בהמה | מעשר בהמה

אשם: אשם גזילות | אשם מעילות | אשם שפחה חרופה | אשם נזיר | אשם מצורע | אשם תלוי

מנחות: מנחת מחבת | מנחת מרחשת | מנחת קנאות | מנחת חינוך | מנחת העומר | מנחת נסכים

אנדערע: ביכורים | שתי הלחם | ניסוך המים | ניסוך היין | קרבן פסח | קטורת | תודה | איל נזיר