פאנאוועזשער ישיבה

Poפונאוויזער ישיבה
ארון הקודש פון איין שטיק גין גאלד
ה' אייר פלאטערט פאן העכער די בנין הישיבה

די פאנעוועזשער ישיבה געפינט זיך אין בני ברק. זי ווערט גערעכנט איינע פון דער חשבסטע ליטווישע ישיבות היינט צוטאגס.

הרב יוסף שלמה כהנעמאן האט געגרינדעט די ישיבה אין דער שטאט פאנעוועזש אין ליטע.

די ערשטע ראשי ישיבות זענען געווען רבי שמואל ראזאווסקי צוזאמען מיט רבי אליעזר מנחם מן שך, רבי אברהם אבא גראסבארד און הרב דוד פאווארסקי. רבי אברהם אבא גראסבארד איז געווען דער ערשטער משגיח; נאך זיין פטירה איז זיין ממלא מקום געווען רבי אליהו דעסלער.

היינט זענען די ראש ישיבות הרב גרשון עדלשטיין, הרב בערל פאווארסקי און הרב שמואל מארקאוויטש.

אין דער ישיבה לערנען בערך א טויזנט בחורים. אחוץ דעם איז דא א כולל פון טויזנט יונגעלייט.

מחלוקת פאנאוועזשרעדאַקטירן

ס'גייט איצט אן דארטן א מעכטיגע קריג צווישן ר' אליעזר כהנעמאן, אן אייניקל פון גרינדער בן אחר בן, מיט זיין איידעם הר"ר שמואל מארקאוויטש. למעשה זענען די בחורים צעטיילט האלב און האלב, אבער בעלות וואס זעט זיך אן אין סטאטוס קווא ווי אדמיניסטראציע און כבוד, איז מער פאר הרב כהנעמאן, צוליב דעם וואס אלע ליטווישע ראשי ישיבות און רבנים פון בני ברק זענען מיט אים. אבער הרב מארקאוויטש האט דעם גרעסטן ליטווישן רב, הרב יוסף שלום אלישיב אויף זיין זייט דעריבער האלט ער דאס אן. זיין טענה איז אז ער האט באקומען אויף נדן א צוזאג די ראש ישיבהשאפט, און דער זון וועט נאר בלויז זיין מנהל. און די סיבה פארוואס הרב אלישיב איז מיט אים איז צוליב א צוואה פון הרב שך אז דער בעלות פון דער ישיבה איז נישט ווי אדמורות און דאס גייט נישט בירושה דעריבער דארף דאס נישט גיין פארן זון. [פֿעלט אַ מקור]

געוועזענע ראשי ישיבותרעדאַקטירן

באקאנטע תלמידיםרעדאַקטירן