ריטשארד ״דיק״ ברוס טשעיני איז געווען דער 46ער וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע אונטער דזשארדזש דאבליו בוש.

דיק טשעיני
Dick Cheney
געבורט 30 יאנואר 1941 (אלט 83)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער איז געווען פון דעם ווייסע-הויז שטאב אונטער פרעזידענט ראנעלד רעיגען. אויך ער האט געארבייט אינעם פענטאגאן אלץ מלחמה מיניסטאר. טשעיני איז פאר א צייט אויך געווען א קאנגרעסמאן אין וואיאמינג. נאכדעם איז ער אריין אין פריוואטן ביזנעס און אנגעפירט מיט דער גרויסער העליבארטן פירמע, ביז'ן יאר תש"ס, ווען בוש האט אים גענומען צו לויפן אויף זיין טיקעט אלץ וויצע פרעזידענט.

ער איז עלטערער מענטש און האט צוטען מיט זיין הארץ, ער ווערט באטראכט ווי שטארק קאנסערוועטיוו, דעריבער האסן איהם אלע ליבעראלע, אבער ביי די קאנסערוואטיווע איז ער א העלד.

ער פירט זיין אפיס זיין שטיל, שטרענג, צו דער זאך, און אלעס איז פארהוילן פון די פרעסע, זיי זאלן איהם נישט קענען באפאלן מיט קשיות און שאלות. עס הייסט אז ער האט א שטערקערע ראלע אלס וויצע פרעזידענט ווי אלע ביז יעצטיגע וויצע פרעזידענטען.

עס איז אנגענומען אז די שטרענגע געזעצען שטעלונגען קעגן די טערעריסטען, ווי דאס אויפשטעלן די ספעציעלע תפיסות אין גאוונטאמא בעי וואס דארט זאל נישט גילטען די געזעצען פון אמריקא, און אז מען זאל קענען פארשן די באשולדיגטע מיט שטרעגע מיטלן וואס סתם אמעריקאנער תפיסות באניצען זיך נישט דערמיט, דאס אלעס איז דער קאפ פון טשעני.

ער האט א טאכטער וואס כאטש ער לעבט זייער גוט מיט איר און ביי די וואלן איז זי געווען פון די אנפירער פון זיין קאמפיין, זי איז א לעזביאנקע, זי האט א פרוי וואס איז איהר פארטנער.