איטאליע
איטאַליע (איטאַליעניש: Italia איטאַליאַ), אפיציעל איטאליענישע רעפובליק (Repubblica Italiana רעפובליקאַ איטאַליאַנאַ), איז אַ לאַנד אין דרום אייראָפּע, א דעמאקראטישע רעפובליק. איר הױפּטשטאָט איז רױם. איטאליע איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראָפעישן פאַראיין, און אויך א מיטגליד אין גרופע 8, מיט דעם אכטן גרעסטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין דער וועלט.
איטאַליע Repubblica Italiana | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | איטאליעניש | ||||
הויפּטשטאָט | רוים | ||||
רעגירונג | דעמאקראטיע | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
ראמאנא פראדי | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
301,318 קוואַדראַט ק"מ 71סטע 2.4% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
23סטע 196.2 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | מיליאן $ (10ט) | ||||
וואַלוטע | איירא € | ||||
צײַט זאָנע | UTC+1 | ||||
אינטערנעט דאָמען | it. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 39+ |
די מדינה איז אויף א האלבאינזל. די אפענינער בערג גייען די לענג פונעם לאנד. מיט דער טריקעניש גרעניצט זיך אין די אלפן מיט דער שווייץ, פראנקרייך, עסטרייך, סלאוועניע, צו צפון זייט. פון די אנדערע זייטן איז זי ארום גענומען מיט פינעף וואסערן, דער אדריאטישער ים, דער יאנישער ים, דער טירענישער ים, דער ליגורישער ים און דער מיטלענדישער ים. אויך איז אין שטח פון איטאליע ווערט אויסגערעכנט בערך 70 אינזלען, צווישן זיי סיציליע און סארדיניע, ווי אויך פאנטעלעריע 60 ק"מ מזרח פונעם בארטן פון טוניסיע און 100ק"מ דרום־מערב פון סיציליע, און לאמפעדוסע, 113 ק"מ פון טוניסיע און 176 ק"מ פון סיציליע. צווישן די וואסערן פון איטאליע איז דער טיבער טייך, דער פא טייך, און דער טירענישער ים, לאגא גארדא, לאגא קאמא, לאגא מאדזשורע.
אויב קוקט מען פון דער לופט אראפ אויף איטאליע זעט מען פאר זיך א פארעם פון א שטיוול דערפון נעמט זיך דעם אויסדרוק דער איטאליענישער שטיוול.
צווישן די אינטעראסאנטע זאכן אין איטאליע איז דער געבויגענער טורעם אין דער שטאט פיזע, א ריזן טורעם וואס שטייט שיף, ער זעט אויס יעדן מינוט ווי ער וויל זיך בייגן און פאלן. אויך געפינט זיך אין איטאליע די גרויסע וואולקאנען בערג וואס שפייען פון זיך טאג און נאכט קאכעדיגע פלאמען, מען זעט פון דערווייטענס רויך וואלקענעס פייער און שוועבל. צווישן די טעטיגע בערג איז דער עטנע בארג, און דער וועזואוו בארג. דער וואולקאן אין סטראמבאלי. אויך איז דא אסאך שלאפעדיגע וואולקאנען, וואס קענען אין יעדע ליאדיע מינוט אויפרייסן. און דעריבער ווערט איטאליע אויך גערופן דאס וואולקאנען לאנד.
היסטאריע
רעדאַקטירןדאס קעניגרייך פון איטאליע איז געשאפן געווארן אין 1861. אין 1922 בעניטא מוסאליני איז געווארן איר הערשער. אין 1940 איטאליע איז אריין אין דער צווייטער וועלט מלחמה מיט די דייטשן. אום 25סטן יולי 1943 האט מען אפגעזאגט מוסאליני פון זיין אמט, און איטאליע איז אריבער צו די אליאירטע קראפטן. אין 1946, נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, איז איטאליע געווארן א רעפובליק. איטאליע איז געווען א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד.
געאגראפיע
רעדאַקטירןאיטאליע איז א האלבאינזל, מיט א לאנד גרענעץ נאר אין דער צפון זייט. דער אלפן בארג־קייט צעשיידט צפון איטאליע פון פראנקרייך, דער שווייץ און עסטרייך.[1] אין די אלפן געפינט זיך מאן בלאנק, דער העכסטער בארג אין מערב אייראפע.[2] דער צווייטער וויכטיקער בארג־קייט איז די אפענינען (איטאליעניש: Appennini) אין צענטראלער און דרום איטאליע.
וואסערן
רעדאַקטירןעס געפינט זיך אין איטאליע זעלבסט אסאך סארטן וואסערן, אייגענטליך איז גאנץ איטאליע פול מיט וואסער, ספעציעל איז באקאנט די גאסן פון ווענעציע וואס זענען פיל מיט וואסער קאנאלן, און מען פארט פון איין גאס צום צווייטן און פון איין געגענד צום צווייטן מיט שיפן.
זי פארמאגט אויך די גרויסע פארט שטעט פן וואו מען פארט ארויס צו אנדערע לענדער און קאנטינענטן מיט א שיף. צווישן זיי די גרויסע נאפאלי און די בארימטע פארט-שטאט בארי
ראיאנען
רעדאַקטירןאיטאליע איז צעטיילט אויף 20 ראיאנען; די ראיאנען זענען צעטיילט אויף 109 פראווינצן.
ווענעציע
רעדאַקטירןדי שטאט ווענעציע איז איינע פון אינטערעסאנט'סטע שטעט, עס פארמאגט לערך 118 קליינע אינזלען, אירע גאסן זענען לאנגע וואסער קאנאלן, מען קען דערויף גיין בלויז מיט שיפן. עס קומען אהין טויזנטער טוריסטן א יאר, און די שיפן קאמפאניס מאכן דערפון א לעבן.
פאליטיק
רעדאַקטירןאיטאליע איז א פארלאמענטארע רעפובליק זייט דעם 2טן יוני 1946, ווען מען האט אפגעשאפן די מאנארכיע אין א קאנסטיטוציאנעלן רעפערענדום. דער פרעזידענט פון איטאליע (Presidente della Repubblica), היינט דזיארדזיא נאפאלאטינא זייט 2006, איז איטאליע'ס מלוכה-הויפט. דער פארלאמענט וויילט דעם פרעזידענט אויף א קאדענץ פון זיבן יאר. איטאליע האט א געשריבענע קאנסטיטוציע.
רעגירונג
רעדאַקטירןאיטאליע האט א פארלאמענטארע רעגירונג באזירט אויף א פראפארציאנעלער וואל־סיסטעם. דער פארלאמענט האט צוויי הייזער, דער דעפוטאטן־קאמער, מיט 630 זיצן, און דער סענאט, מיט 315 זיצן, וואס ביידע האבן גלייכע מאכטן. דער פרעמיער מיניסטער ווערט באשטימט דורכן פרעזידענט און מוז אויך באקומען די הסכמה פון פארלאמענט.
נאך דער רעזיגנירונג פון סילוויא בערלוסקאני דעם 12טן נאוועמבער 2011, האט מען באשטימט עקאנאמיסט מאריא מאנטי ווי פרעמיער מיניסטער.
די הויפט פאליטישע פארטייען אין איטאליע זענען די פרייהייט מענטשן, די דעמאקראטישע פארטיי, די צפונדיקע ליגע און דער פאריין פון קריסטלעכע און צענטער דעמאקראטן.
ראיאנען פון איטאליע
רעדאַקטירןראיאן[הערה 1] | הויפטשטאט | שטח (ק"מ²) | שטח (מייל²) | באפעלקערונג |
---|---|---|---|---|
אברוצא | ל'אקווילא | 10,763 | 4,156 | 1,342,177 |
אאסטא טאל | אאסטא | 3,263 | 1,260 | 128,129 |
אפוליא | בארי | 19,358 | 7,474 | 4,090,577 |
באזיליקאטא | פאטענצע | 9,995 | 3,859 | 587,680 |
קאלאבריע | קאטאנזארא | 15,080 | 5,822 | 2,011,537 |
קאמפאניע | נאפאלי | 13,590 | 5,247 | 5,833,131 |
Emilia-Romagna | באלאניע | 22,446 | 8,666 | 4,429,766 |
Friuli-Venezia Giulia | טריעסט | 7,858 | 3,034 | 1,235,761 |
לאציא | רוים | 17,236 | 6,655 | 5,724,365 |
ליגוריע | יאנאווע | 5,422 | 2,093 | 1,616,993 |
לאמבארדיע | מילאן | 23,844 | 9,206 | 9,909,348 |
מארקע | אנקאנא | 9,366 | 3,616 | 1,564,886 |
מאליזע | קאמפאבאסא | 4,438 | 1,713 | 319,834 |
פיעדמאנט | טורין | 25,402 | 9,808 | 4,456,532 |
סארדיניע | קאליארי | 24,090 | 9,301 | 1,675,286 |
סיציליע | פאלערמא | 25,711 | 9,927 | 5,050,486 |
טאסקאנע | פירענצע | 22,993 | 8,878 | 3,749,074 |
Trentino-Alto Adige/Südtirol | טרענטא | 13,607 | 5,254 | 1,036,639 |
אומבריע | פערוגיע | 8,456 | 3,265 | 906,675 |
ווענעטא | ווענעציע | 18,399 | 7,104 | 4,936,197 |
איטאליע ווערט צעטיילט אין 20 ראיאנען (regioni, איינצאל regione), וואס פינף פון זיין זענען אויטאנאמיש. אויך איז דאס לאנד צעטיילט אין 110 פראווינצן (province) און 8,100 מוניציפאליטעטן (comuni).
באפעלקערונג
רעדאַקטירןעס ווערט געציילט היינט צו טאג די באפעלקערונג פון איטאליע 61.680 מיליאן באוואוינער, לויטן 2014 וועלט פאקטבוך,[3] מיט א הויכער באפעלקערונג ענגקייט, 204/ק"מ2. 20% פון איטאליענער זענען עלטער ווי 65.
טראנספארט
רעדאַקטירןאין 2004 זענען געווען אין איטאליע עטלעכע 30 הויפט פליפארטן (כולל די צוויי קנופן פון מאלפענסע אינטערנאציאנאל אין מילאן און לעאנארדא דא ווינטשי אינטערנאציאנאל אין רוים) און 43 הויפט ים־פארטן (כולל דעם פארט פון יאנאווע, דער גרעסטער פארט אין לאנד און דער צווייטער גרעסטער ביים מיטלענדישן ים.
עקאנאמיע
רעדאַקטירןאיטאליע האט אן אנטוויקלטע מארק עקאנאמיע, ענלעך צו פראנקרייך און דעם פאראייניגטן קעניגרייך. זי איז די צענטע-גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט און די פערטע-גרעסטע אין אייראפע לויט קויפקראפט פאריטעט.
איטאליע איז געווען דער וועלטס 7טער גרעסטער עקספארטירער אין 2009.[4] איטאליע'ס נאענסטע האנדל פארבינדונגען זענען מיט אנדערע לענדער פונעם אייראפעישן פארבאנד, מיט וועמען זי האט 59% פון איר גארן האנדל. די גרעסטע האנדל שותפים זענען דייטשלאנד (12.9%), פראנקרייך (11.4%), און שפאניע (7.4%).[5] טוריזם איז איינער פון די גיכסטע וואקסנדע און רווחדיקע סעקטארן פון דער נאציאנאלער עקאנאמיע: מיט 43.6 מיליאן אינטעראנאציאנאלע טוריסטן אנקומער און סה"כ הכנסות געשאצט צו $38.8 ביליאן אין 2010, איז איטאליע סיי דאס פינפטע מערסט באזוכטע לאנד און דאס העכסטע טוריזם דינער אין דער וועלט.[6]
אידן אין לאנד
רעדאַקטירןאידן וואוינען שוין גאר לאנג אין איטאליע, נאך זייט דעם צווייטן חורבן בית המקדש. פון די גאר באקאנטע שטעט פאר אידן זענען מאנטובה, פאדובה, ליווארנא, מאדינא.
צווישן די גרויסע אידן וואס האבן געוואוינט אין איטאליע, זענען געווען: רבי עובדיה מברטנורא, דער רמ"ע מפאנו, דער זרע שמשון, דער חיד"א און דער רמח"ל.
בכלל איז איטאליע גוט באקאנט פאר דער אידישער היסטאריע צוליב דעם וואס דארט איז די הויפט שטאט רוים, און די רוימער האבן אמאל געוועלטיגט איבער דער וועלט און האבן חרוב געמאכט דאס בית המקדש, און פארטריבן די אידן אין גלות.
פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האבן געוואוינט איבער זיבעציג טויזנט אידן אין איטאליע, עס איז אינטערעסאנט אז אפילו איטאליע איז געווען פון דעם אקס, און א פולער שותף מיט נאצי דייטשלאנד, דאך האבן זיי נישט אנגענומען די נירנבערגער געזעצען, בכלל איז כמעט נישט געווען קיין ספעציעלער אנטיסימיטיזעם פונעם איטאליענישן פאלק פאר די אידן אין דער צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה. עס איז געווען צייטן וואס די דייטשען האבן איינגענומען אסאך חלקים פון איטאליע, און דעמאלטס האבן די דייטשען מיט זייערע שותפים די פאשיסטן פון איטאליע גע'הרג'ט אידן, עס ווערט געשאצט אז די דייטשען האבן געמארדעט לערך פופצן טויזנט אידן אין איטאליע ביי דער צווייטער וועלט קריג.
היינט געפינען זיך אומגעפער פופציג טויזנט אידן אין איטאליע.
וועבלינקען
רעדאַקטירןהערות
רעדאַקטירן- ↑ ראיאנען געוויזן שיף זענען אויטאנאמיש.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ אלפן זענען דער גרענעץ צווישן איטאליע און אנדערע לענדער.
- ↑ Four missing in Alps avalanche. BBC News (20 April 2002). דערגרייכט דעם 23סטן יולי 2009.
- ↑ איטאליע, וועלט־פאקטבוך
- ↑ 2010 Press Releases – Trade to expand by 9.5% in 2010 after a dismal 2009, WTO reports – Press/598. WTO. דערגרייכט דעם 30סטן מיי 2011.
- ↑ CIA – The World Factbook. CIA. דערגרייכט דעם 26סטער יאנואר 2011.
- ↑ http://mkt.unwto.org/sites/all/files/docpdf/unwtohighlights11enhr_1.pdf
אויסטראליע · אונגארן · איסלאנד · אירלאנד · איטאליע · בעלגיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · דרום קארעע · האלאנד · טערקיי · טשילע · טשעכיי · ישראל · יאפאן · לוקסעמבורג · מעקסיקע · ניי זילאנד · נארוועגיע · סלאוואקיי · סלאוועניע · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פינלאנד · פראנקרייך · קאנאדע · שפאניע · שוועדן · שווייץ · פאראייניגטע קעניגרייך · פאראייניגטע שטאטן |
G6: איטאליע | דייטשלאנד | יאפאן | פאראייניגטע קעניגרייך | פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | פראנקרייך || G7: קאנאדע || G8: רוסלאנד | |