אפגאניסטאן
אַפֿגאַניסטאַן (פערסיש: افغانستان ), אפיציעל די איסלאַמישע עמיראַט פון אַפֿגאַניסטאַן, איז אן איסלאמיש לאנד איינגעשלאסן לאנד אין דרום־צענטראלער אזיע. דאס לאנד גרענעצט פאקיסטאן אין דרום און מזרח, איראן אין מערב; טורקמעניסטאן, אוזבעקיסטאן און טאדזשיקיסטאן אין צפון; און כינע אין דעם ווייטן צפון־מזרח. אפגאניסטאן איז דאס 40סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט, מיט א שטח פון 647,000 ק"מ2. מיט א באפעלקערונג פון אומגעפער 31 מיליאן מענטשן, איז עס דאס 42סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט.
איסלאמישע עמיראט פון אַפֿגאַניסטאַן د افغانستان اسلامي امارت | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | פערסיש פאשטא | ||||
הויפּטשטאָט | קאבול 34°32′N 69°08′E / 34.533°N 69.133°E | ||||
רעגירונג | איסלאמישע עמיראט | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
הייבאטולא אכונדזאדע חאסאן אכונד | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
647500 קוואַדראַט ק"מ 41 נישטיק | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
29,835,392 [1] 42 43.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $27.443 ביליאן (0ט) | ||||
וואַלוטע | אפגאן AFN | ||||
צײַט זאָנע | +4:30 | ||||
אינטערנעט דאָמען | af. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 93+ |
דורכאויס דער היסטאריע איז אפגאניסטאן געווען דער ארט פון מיליטערישע אקציעס, דורך אלעקסאנדער דער גרויסער, איסלאמישע אראבער, מאנגאלן, די בריטישע, סאוויעטישע רוסלאנד און די מערבדיקע מאכטן.
דאס לאנד איז זייער ארעם און פרימיטיוויש, מען קען קוים טרעפן עטליכע געציילטע טעלעפאנען אין איר הויפטשטאָט קאבול, ארום 30 מיליאן אפגאנער האבן קיינמאל נישט גערעדט מיט א טעלעפאן-מאשין.
אין גאנץ אַפֿגאַניסטאַן וואוינט בלויז איין ייד, זאבלאן סימנטוב.
היסטאריע
רעדאַקטירןאזוי ווי אפגאניסטאן געפינט זיך ווי א דורכגאנג לאנד צווישן אייראפע און דער מיטל מזרח מיטן ווייטן מזרח איז דאס לאנד געווען דער ארט פון פיל מלחמות דורכאויס דער היסטאריע פון דער וועלט. די בארימטע "זיידן־גאס" גייט אדורך דעם לאנד.
אין דעם ערשטן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט די פארטישע אימפעריע אונטערטעניגן דעם געגנט, אבער זיי האבן אים פארלוירן צום אינדא-פארטישן קעניגרייך. ביים סוף פונעם ערשטן יארהונדערט איז דער צענטער פון דער קושאן אימפעריע געווען אין היינטיגן אפגאניסטאן. די סאסאנידע אימפעריע האט באזיגט די קושאנער אין דעם 3טן יארהונדערט.
אין 1709, האט מירווייס האטאק, א פאשטון פון קאנדאהאר, געפירט אן אויפשטאנד קעגן די פערסישע סאפאווידן. ער האט געהארגעט גורגין כאן און געמאכט אפגאניסטאן אומאפהענגיק. אין 1715 איז ער געשטארבן און זיין ברודער אבדול אזיז האט איבערגענומען די מלוכה, אבער מאכמוד, זון פון מירווייס, האט אים געהרגעט.
מאדערנער אפגאניסטאן האט באקומען זיין אומאפהענגיקייט פון בריטאניע אין 1919, און דאס לאנד איז געווארן א מאנארכיע אונטער דעם קעניג אמאנולא כאן. ער האט איינגעפירט דיפלאמאטישע באציאונגען מיט דער אינטערנאציאנאלער געמיינדע, און האט אנגעהויבן מאדערניזירן דאס לאנד. אין 1923 האט מען איינגעפירט א נייע קאנססטיטוציע, וואס האט פארפליכטעט בילדונג פאר קינדער און האט מבטל געווען שקלאפעריי. צוליב קעגנשאפט צו זיינע רעפארמירונג האט אמאנולא כאן געדארפט אבדיקירן אין 1929.
לעצטיגע היסטאריע
רעדאַקטירןאין דעצעמבער 2004, איז האמיד קארזאי געווארן דער ערשטער דעמאקראטיש־געוויילטער פרעזידענט פון אפגאניסטאן. נאטא האט אנגהויבן ווידערבויען אפגאניסטאן מיט זיינע מיליטערישע און רעגירונג־אנטשטאלטן. אין די לעצטע צען יאר האט מען געבויט א סך שולעס און קאלעגיעס. פרייהייט פאר פרויען איז געווארן פארבעסערט, און זיי קענען שטודירן, ארבעטן, פירן אן אויטא און קאנדידירן צו רעגירונגס אמטן. היינט זענען פאראן אפגאנער פרויען פאליטיקער, איינשליסנדיק עטלעכע מיניסטארן און איין בירגערמייסטער. אנדערע האבן געשאפן ביזנעסער אדער ארבעטן אין דער מיליטער און פאליציי.
די עקאנאמיע האט זיך פארבעסערט; אין 2012 האבן די נאטא־לענדער מסכים געווען צו העלפן דאס לאנד נאך 10 יאר.
אפגאניסטאן האט פארבעסערט זיינע דיפלאמאטישע פארבינדונגען מיט אנדערע לענדער איבער דער וועלט.
אין 2021, די יסלאַמיק רעפובליק ווערט אָוווערטראָון און די יסלאַמיק עמיראַטע פון אַפגהאַניסטאַן ווערט דערקלערט.
געאגראפיע
רעדאַקטירןאפגאניסטאן איז א לאנד איינגעשלאסן בארגיג לאנד מיט פלוינען אין צפון און צפון־מערב, און געפינט זיך אין דרום אזיע און צענטראל-אזיע. דאס לאנד ליגט צווישן די גארטל ליניעס 29ºN און 49ºN און די מערידיאנען 60ºE און 75ºE. דער העכסטער פונקט אין לאנד איז נאשאק, 7,492 מעטער העכער פונעם ים־פלאך.
כאטש אפגאניסטאן האט מערערע טייכן און רעזערווארן, גרויסע טיילן פון לאנד זענען טרוקן.
אין צפון־מזרח געפינט זיך דער הינדו קוש בארגקייט וואו ערדציטערנישן פאסירן כמעט יעדע יאר, וואס טיילמאל שאפן לאווינעס אין ווינטער. די לעצטיקע שטארקע ערדציטערנישן זענען געווען אין 1998, וואס האט געהרגעט עטלעכע 6000 מענטשן אין באדאשקאן נאענט צו טאַדזשיקיסטאַן.
די נאטירלעכע רעסורסן פון לאנד שליסן איין: קויל, קופער, אייזנארץ, ליטיום, אוראניום, זעלטענע-ערד עלעמענטן, כראמיט, גאלד, צינק, שוועבל, בליי, מארמארשטיין, נאטירלעכער גאז און נאפט.
מיט א שטח פון 652,230 קוואדראט ק"מ איז אפגאניסטאן דאס 41סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט, א ביסל גרעסער ווי פראנקרייך און קלענער ווי מיאנמאר, בערך אזוי גרויס ווי דער אמעריקאנישער שטאט טעקסאס. ער גרענעצט פאקיסטאן צו דרום און מזרח; איראן צו מערב; טורקמעניסטאן, אוזבעקיסטאן און טאדזשיקיסטאן צו צפון,; און כינע אין דעם ווייטן מזרח.
עקאנאמיע
רעדאַקטירןאפגאניסטאן איז איינע פון די ארעמסטע לענדער אין אזיע. 35% פון די מענטשן דארט זענען ארבעטסלאז.
אין 2010, האבן אמעריקאנער געאלאגן אנטפלעקט קנאפע $1 טריליאן אין מינעראלן אין אפגאניסטאן.[2] עס ווערט גערעכנט אז דאס לאנד קען ווערן דער וועלט'ס הויפט פראדוצירער פון ליטיאום.[3] די אפגאנישע רעגירונג גרייט זיך צו ארויסצוציען קופער און אייזן , וואס קען אריינברענגן אין דער קאסע פון דער רעגירונג ביליאנען דאלארן יעדע יאר ביז 100 יאר.[4][5]
קאמוניקאציע
רעדאַקטירןאין די לעצטע יארן האט זיך דער מצב פון קאמוניקאציע אין אפגאניסטאן א סך פארבעסערט. אין די יארן ווען דער טאליבאן האט געהערשט אין אפגאניסטאן איז א טעלעפאן ליניע געווען א זעלטענע זאך. למשל, אין דער הויפטשטאט קאבול, מיט א באפעלקערונג פון צוויי מיליאן מענטשן, זענען נאר געווען12,000 טעלעפאן ליניעס; אין אנדערע שטעט איז דער מצב געווען נאך ערגער.
אין 2008 האט זיך דער מצב שוין פארבעסערט ביז 8 פראצענט פון איינוואוינער האבן א צוטריט צו א טעלעפאן ליניע. אויך זענען פאראן אין לאנד עטלעכע 1.4 מיליאן צעלפאנען.
22 אינטערנעץ פארזארגער פירמעס ארבעטן אין לאנד, און מער ווי א האלבער מיליאן מענטשן זענען פארבונדן צו דער נעץ.
מינעריי
רעדאַקטירןעס ווערט געשאצט אז אפגאניסטאן וואלט געקענט שאפן $10 ביליאן פון זיינע מינעראלן, וואס וועט טאפלען זיין ברוטא אינלענדישן פראדוקט.
ס'איז פאראן אין לאנד גרויסע קוואנטיטעטן פון ליטיום, קופער, גאלד, קוילן, אייזן ארץ און אנדערע מינעראלן.
דעמאגראפיע
רעדאַקטירןדי באפעלקערונג פון אפגאניסטאן ציילט 31,108,077 (אין יאר 2012), כולל 2.7 מיליאן אפגאנער פליטים וואס וואוינען אין פאקיסטאן און איראן. נאר איין שטאט האט מער ווי א מיליאן איינוואוינער, די הויפטשטאט קאבול. אנדערע גרויסע שטעט אין לאנד זענען (לויטן סדר פון באפעלקערונג גרייס) קאנדאהאר, העראט, מאזאר-אי-שאריף, דזשאלאלאבאד און לאשקאר גאה.
עטנישע גרופעס
רעדאַקטירןדי גרעסטע עטנישע גרופע איז די פאשטונער, וואס זענען 42% פונעם פאלק, און דער צווייטע גרעסטע זענען די טאדזשיקן, 27% פונעם פאלק.
שפראכן
רעדאַקטירןדי אפיציעלע שפראכן אין אפגאניסטאן זענען פאשטא און דארי, ביידע אינדא-אייראפעאישע שפראכן. דארי איז די מוטערשפראך פון די טאדזשיקן און האזארן; פאשטא איז די מוטערשפראך פון די פאשטונער.
אנדערע שפראכן וואס מען רעדט אין לאנד זענען אוזבעקיש, אראביש און טורקמען, וואס זענען מוטערשפראכן פון קלענערע עטנישע גרופעס.
א קליינער טייל אפגאנער זענען פליסיג אין ענגליש און אורדו.
רעליגיע
רעדאַקטירןמער ווי 99% פון דער אפגאנער באפעלקערונג זענען מוסולמענער. ביז די 1890ער יארן האט מען גערופן דעם שטח ארום נוריסטאן "קאפיריסטאן" (לאנד פון די כופרים), ווייל די נוריסטאנער, אן אנדער פאלק, גלייבן אין פאליטעאיזם.
ס'איז אמאל געווען א קליינע געמיינדע יידן וואס האבן אבער עמיגרירט אין ישראל און די פאראייניגטע שטאטן. ביז 2005 איז געבליבן אין לאנד נאר איין ייד, זאבלאן סימן־טוב.
רעגירונג
רעדאַקטירןאפגאניסטאן איז אן איסלאמישע רעפובליק מיט דריי צווייגן: עקזעקוטיוו, לעגיסלאטור און די געריכטיקע מאכט.
לויט דער היינטיקער קאנסטיטוציע, איז אפגאניסטאן א דעמאקראטיע מיט א פרעזידענט און צוויי וויצע־פרעזידענטן, וואס ווערן געוויילט איין מאל צו פינעף יאר.
דאס לאנד איז צעטיילט אין 34 פראווינצן.
טראנספארט
רעדאַקטירןלופט
רעדאַקטירןאפגאניסטאן האט פיר אינטערנאציאנאלע פליפארטן: העראט, האמיד קארזאי פליפארט (אין קאבול), קאנדאהאר און מאזאר ע־שאריף. די נאציאנאלע לופטליניע איז אריאנא אפגאן לופטליניעס (AAA). פרעמדע לופטליניע וואס פליען קיין אפגאניסטאן שליסן איין ער אינדיע, עמיראטן, גאלף ער, איראן אסעמאן לופטליניעס, פאקיסטאן אינטערנאציאנאלע לופטליניעס און טערקישע לופטליניעס.
באן
רעדאַקטירןאפגאניסטאן האט (אין 2014) נאר צוויי באן פארבינדונגען, איינע א 75 ק"מ לאנג ליניע פון כייראבדאד צום גרענעץ מיט אוזבעקיסטאן און די אנדערע א 10ק"מ לאנג ליניע פון טאראגונדי צום גרענעץ מיט טורקמעניסטאן. ביידע ליניעס ווערן געניצט נאר פאר פראכט. קיין פאסאזשירן דינסט עקזיסטירט נאך נישט.
שאסייען
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ באפעלקערונג פון אפגאניסטאן. The World Factbook. CIA (2010). דערגרייכט דעם 6טן נאוועמבער, 2011.
- ↑ ריזיקער רייכטום פון מינעראלן אין אפגאניסטאן
- ↑ Afghanistan: The Saudi Arabia of Lithium?, archived from the original on 2012-05-07, https://web.archive.org/web/20120507005948/http://news.discovery.com/earth/afghanistan-minerals-lithium.html, דערגרייכט 2010-07-18
- ↑ Tenders out for Hajigak iron ore mine, 2010-06-12.
- ↑ Pajhwok Afghan News, Chinese company wins bidding for Ainak copper extraction, 2007-11-20.
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |