איינקויף צענטער
אן איינקויף צענטער אדער שאָפינג צענטער איז א געביידע אדער עטליכע געביידעס וועלכע פארמאגן צענדליגער ענצל־געשעפטן און זענען פארבונדן איינע מיט דער אנדערער דורך ספעציעלע שפאציר-וועגן.
היסטאריע
רעדאַקטירןדער געדאנק פון צוזאמענברענגען עטליכע געשעפטן אין איין געביידע גייט צוריק טויזנטער יארן און איז א טייל פון ענצל־פארקויף סיסטעם איבער דער גאנצער וועלט. אין סטאמבול, טערקיי, איז פאראן א 500 יעריגע איינקויף צענטער וועלכע אנטהאלט 58 גאסן־בלאקן וועלכע זענען פארבונדן אינאיינעם און איבערגעדעקט און עס זענען דארט פאראן איבער 4,000 געשעפטן.
איינקויף־צענטער סארטן
רעדאַקטירןעס זענען דא צוויי סארט שאָפּינג מאָלן: אינערליכע און אויסערליכע. אן אינערליכע שאָפּינג מאָל איז געווענליך איין אדער עטליכע געביידעס באהאפטן אין וועלכע עס איז פאראן א הויפט זאל וואס ווערט גענוצט דורך די איינקויפער צו שפאצירן און באטראכטן די געשעפטן.
אויסערליכע שאָפינג צענטערן איז א ספעציעלע שטח וואו צענדליגער ענצל־געשעפטן בויען זיך אויף אייגענע געביידעס אדער עטליכע אינאיינעם און די געביידעס זענען אויסגעשטעלט אין א פארעם מיט פארקינג ארום אדער אין צענטער.
רוב גרויסע שטעט פארמאגן ביידע סארט שאָפּינג מאָלן אבער מען וועט געווענליך טרעפן מער אינערליכע שאָפּינג מאָלן אין שטעט ווי עס איז פאראן א קאלטע ווינטער.
אין אמעריקע רופט מען געווענליך אן אויסערליכע שאָפינג ארט אלס א שאָפינג צענטער און א אינערליכע שאפינט ארט אלס א שאָפּינג מאָל. איבער דער וועלט איז אבער נישט פאראן קיין צווישנשייד און דאס ווערט גערופן אנדערש אין אנדערע ראיאנען.