אקטאבער 2006
(אַריבערגעפֿירט פון אקטאובער 2006)
ארטיקל צו איבערקוקן דער ארטיקל, אדער בלויז דעטאַלן פון אים, זענען מעגלעך נישט געשריבן ענציקלאפעדיש, אדער זענען זיי מעגלעך גאר פֿאַלש, אדער נישט נייטראל אראפגעשריבן. ביטע נישט אראפנעמן דעם מוסטער איידער מען טוט זיך געהעריג דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט. |
געשעענישן
רעדאַקטירן- שכנ'טע אין באסטאן רופט פאליציי נאכדעם וואס בית המדרש האלט עופות פאר כפרות אין הויף. [1]
- אונווערסיטעט פארשיקט פרומען אידישן פאליציי מאן צוליב זיין אידישקייט. [2]
- יום כיפור גרינגער פאסטן טיפס. [3]
- לקיים בנו חכמי ישראל: חכם עובדי' יוסף וועט פארברענגען יום כיפור אין שפיטאל. [4]
- דעילי ניוס: באשרייבט נייע אהרונים "נס שוהל" אין וויליאמסבורג.[5]
- פאליטיק: רעפבוליקאנער פארטיי פארשלאג צו צעטיילן דאווענען גרופע'ס אין מיליטער אפגעשלאגן פון ארטאדאקס גרופע. [6]
- קעטסקילס: איגענטליכע אנגעקלאגט אויפן איינברעכן אין קאנטרי'ס. [7]
- ווידעא: אל קאידא נומער 2 ערקלערט: פרעזידענט בוש איז א דורכפאל. [8]
- אמעריקע'ס פובליק סקול סיסטעם: סטודענט דערהארגעט זיין לערער. [9]
- פרעזידענט בוש וואונטשט א גמר חתימה טובה. לכבוד יום כיפור. [10]
- אמעריקע: ריכטער נעמט אוועק בירגערשאפט פון געוועזענער נאצי. [11]
- מאנטרעאל: הייוועי טראסקעט צאם. [12]
- בראזיל מאסן אומגליק: עראפלאן קראכט העכער די אמאזאנאס מיט הונדערטער פאסאזשירן. [13]
פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 אָקטאָבער 2
- הייד פארק איזראעלי שמועס גרופע מעקט אויס לאנגן אשכול וואס באהאנדעלט חסידות גור, נאך דרוק פון גור פירער. אויך איז איין ניק אויף גרויסע צרות זיך צו פארדייטיקן אין געריכט אז מען זאל אים נישט מאכן קיין גילו אויף זיין אמתער אידענטיטעט פארן עבירה פון לשון הרע אונטער אנאנימיטעט. [14]
- מאנסי: 2 איגענטליכע אנגעקלאגט פארן גנבענען בייק'ס. [15]
- קווינס: איד ארפאגעקלאפט פון שול אויף קווינס בולעווארד. [16]
- יד לאחים העראואישער חרדישער קאמאנדא אקציע ארויסצוראטעווען אידיש מיידל פון איר אראבישען פאטער אינמיטן א סכנהדיגער חאמאס געגענט. [17]
- קרוין הייטס: שווארצע אטאקירן בחור. [18]
- ארץ ישראל: מער און מער פרייע קיבוצים האבן זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט דעם פארגאנגענעם יום כיפור. [19]
- טרויעריג און פיל מיט געפיל: זעט דאס בילד פונעם לעצטן ניגון פון דעם נפטר און אומאן. [20]
- 80 מציבות וואנדאלזירט אום יום כיפור אין מאסקווא. [21]
- באסעס פון יידישע גרופע וואנדאלזירט אין וואשינגטאן די סי. [22]
- אנטווערפן: סקינהעדס אטאקירן 2 בחורים פון ווילרייק ישיבה. [23]
- פלעטבוש: בחור אראפגעקלאפט אויפן וועג צו ישיבה אויף מעקדאנעלד עוועניו. [24]
- באגדאד: לעצטער רב פארלאזט איראק. [25]
- פראנקרייך: אינערן מיניסטער ניקאלא סארקאזי באזוכט שול אין יום כיפור. [26]
- חרדישער שטאט אלעד: אויפרייס זעלבסט מערדער געכאפט אין צייט. [27]
- רוסישער אידישער ביליאנער ארקאידי גאידמאק ווערט אויפגענומען ווי א קעניג אין ישיבה אור החיים דורך איר פירער ר' ראובן אלבז. [28]
- ברוך דיין האמת: ברודער פון ראש ישיבה ד'מאנסי, ר' משה גרין שליט"א, נפטר געווארן. [29]
- שאק: ארץ ישראל: א דריטל פאציענטן ווערן באלעסטיגט דורך זייערע פסיכיאלאגן. [30]
- חב"ד - מידיע: כפר חבד (מאגאזין) פארגרעסערט, וועכנטליך 4 טיילן, מיט א צייטונג ביילאגע, נאכן זיך אנשליסן פון דעם חרדישן אינטערנעט בויער ר' דוד ראטענבערג פון בחדרי חרדים.
- זאלי געשטימטער הייד פארק פארום חדשות אנש סאטמאר זאגן אז ר' זלמן לייב טייטלבוים האט זיי געהייסן אויפהערן שרייבן אויפן אינטערנעט. [31]
- ארונים לייגן א האנט אויף די ארגינעלע ווידעא קליפ פונעם פאגראם פאראיאר שמח"ת אין ראדני. מ'זעט ווער זענען די אמת'ע שלעגער . [32]
- דעניס העסטערט - רעפובליקאנער ספיקער פון קאנגרעס - זאגט אז די דעמאקראטן אטאקירן די רעפובליקאנער דורך געלט פון אידישען ביליאנער זשארזש סאראס. [33]
- אלי וויזעל ווערט געקרוינט אלס קנייט דורך ענגלישע רעגירונג. [34]
- וויליאמסבורג אין שאק: היספאנישער פעדעפייל סעקסואל באלעסטיגט (נישט ערענסט) 2 קליינע חסידישע מיידלעך אנימיטן העלן טאג, אין הארץ פון אידישן געגנט אויף ראס סטריט, אין פארענט פון רוישענדער דושינסקי בית המדרש, אנטלויפט אויף די פריי אין שווארצע עס. יו. ווי., נאכדעם וואס פאטער באמערקט און לויפט אים נאך, די קאר איז צוהאקט דורכן פאטער וואס האט דאס געוואלט אפהאלטן מיט די אייגענע הענט אומסוקסעספול. אינצווישן קומט די גוטע נייעס אז פעדעפייל פון בארא פארק איז געכאפט און אנגעקלאגט. [35]
- קרוין הייטס: נייער חברה שומרים פאטראל קאר צו היטן געגנט פון פילע פארמערטע אנטיסעמיטישע און סתם קרימינאלע אטאקעס. [36]
- קרוין הייטס: דעמאנסטראציע אנטקעגן די פאליציי וואס לאזט צו געוואלדען אין קרוין הייטס מצד די שווארצע קעגן די אידן. [37]
- בני ברק: 2 אינגעלייט געווינען לאטא פון 25 מיליאן דאלער.
- ירושלים: רב יוסף שלום אלישיב לאזט רופן נייעם ראש ישיבה אין דער פאנאוועזשער ישיבה, רומערס זענען אז ער איז דערקעגן זיין התמנות. [38]
- חרדישע אינטערנעט וואוקס: משתפ: וועלקאם צו דעם נייעם פרומער ווידעא האוסטינג אפלאדינג און שערינג וועב סייט געגרינדעט צו קאנקורירען מיט די פרייע יו טוב און גוגל ווידיאו דארטן וועט איר נאר טרעפן צניעות'דיגע ווידעא קליפ'ס. [39]
- חסידיש מיידל וואס ליידט פֿון אנארעקסיע נפטר געווארן אין ירושלים סעמינאר. [40]
- וואשינגטאן די. סי.: פראמיניטער איינפלוסרייכע, שול, עדת ישראל, ווי די באקאנטסטע אידישע קאנגרעסלייט, סאנאטורן, לאביאיסטען, און מיניסטארן, - דאווענען באקומט איבעראשענדער נדבה פון די אסטראנאמישער סומע, 5 מיליאן דאלער פון שטילסטער מתפלל א ביזנעס זשורנאליסט וואס האט אוועק געלייגט דאלער אויף דאלער צו קויפן און האלטן סטאקס א גאנץ לעבן. איצט האט ער דאס אלעס אוועקגעשאנקן לעילוי נשמת זיין פארשטארבן ווייב. [41]
פרייטאג י"ד תשרי תשס"ז (אקטאבער 6)
רעדאַקטירן- אהרוינים בויען איבערנאכט ריזן סוכה אין וויליאמסבורג. בילדער. [42].
- וויליאמסוברג: פאליציי פארשט פארדעכטיגטען אין דעם סעקסאל אטאקע אויף קליין מיידל. [43]
- קליוולאנד: וואלן פלאץ אווענגענומען פון קירכע נאך אידישע פראטעסטן. [44]
- פייוו טאונס: פלייש געשעפט טוישט לעיבעל'ס רבנים פירן איין צו פארקויפן אן פעקל. [45]
- ארץ ישראל: עולה דערביטערט רופט אידן צו בלייבן אין אמעריקע. [46]
- אורי דן: ציווילער קריג אין פאליסטיניע, צווישן חאמאס און פאטאך. [47]
- ניו סקווירא: וואלן קארופציע אויסגעפארשט. [48]
- ריווערדעיל: פרוי שלאגט אפ רעיפיסט, אין אידישן געגענט. [49]
- ביבי נתניהו ערקלערט ביי נחל חרדי דינער: נישטא קיין האפענונג פאר אמעריקאנע אידישקייט. [50]
יום טוב אדער שבת יום טוב אדער שבת
- איראן: אייטולה וואס האט גערופן אפציטיילן רעגירונג פון רעליגיע ארעסטירט. [51]
- פינאנציאלער צייטונג אין ארץ ישראל די מארקער פארציילט וויאזוי שרייבער מאכט אויף זיך ארטיקל אין אלע וויקיפעדיע'ס ווערט אויסגעמעקט אחוץ אין יידישער וויקיפעדיע וואס עס בלייבט שטיין. איתמר הענדעלמאן בן כנען. [52]
- ערשטע מהדרין שפיטאל אין האלאנד אפגעטיילט מענער פון פרויען ווערט דעבאטירט. [53]
- סאלדאטן וואס האבן זיך אויפגעהאלט ביים ישראל לבנון קריזיס אין ישיבת מגדל העמק געבן אריין ספר תורה ביי ר' יצחק דוד גראסמאן'ס מוסדות אלס דאנק און לויב פאר הקב"ה אז אלע זענען צוריק געקומען גאנץ פון שלאכט. [54]
- צפת גאנצע משפחה אפגעווישט אויף איינמאל: טאטע זון מאמע שטארבן אין עקסידענט. [55]
- בילד: גרעסטע טלית אין די וועלט פארבריצירט פארן גורע קהילה אין בארא פארק פאר כל הנערים אין שמחת תורה. [56]
- בילבארד'ס אין איטאליע צו עדווערטייזן דענטיסט קליניקס, אראפגענומען נאכדעם וואס זיי ווייזן היטלער איז ממליץ זייער סערוויס אז א שמייכל קען טוישן די וועלט. [57]
- אנקעטע: רוב אזראעליס גלייבן אין גאט. [58]
- דער אידישער קאפ: העברעאישער אוניווערסיטעט ערצייגט מער פאטענטן ווי יעיל און אקספארד. [59]
- מצוה גדולה ליהות בשמחה: א רייד מיט די ברסלב משמרת השמחה. די נ נא נח נחמן'ס. [60]
דינסטאג י"ח תשרי תשס"ז (אקטאבער 10)
רעדאַקטירן- שפיטאל אין ארץ ישראל בויעט ספעציעלע מוטער אפטיילונג פאר חרדישע יידען, מיט איינזייטיג גלאז אז נאר די מאמע קען זעהן די טאטע, צו פארגרינגערן די חבלי לידה בשעתן געבוירן בעיבי, אבער נישט פארקערט מחמת הלכות טהרה. [61]
- גוגל קויפט אפ יו טוב פאר איבער א ביליאן דאלער. [62]
- בארברא סטרייסאנד פליקט אריין פערזענליך פרעזידענ בוש אנימיטן קאנצערט. [63]
- שטודיע טוט פעסטשטעלן האלאקויסט קרבנות געמאכט פאר זייף דורך די נאציס. [64]
- ר' מוטקה בלוי פון וועד משמרת הקודש והחינוך מאכט גרויס פארשריט ווען ריזן קאמפאניס צאלן אים אויס משגיח צו באקומען השגחה אויף קאנצערטן איצט אין שמחת בית השואבה נעכט. דער זינגער יעקב שוועקי באקומט נישט השגחה צוליב נישט אינטערשרייבן אויף גדרי הצניעות [65]
- אידישע פרוי וואס האט געוואלט מאכן א פילם אין מאה שערים שילדערט די פייער האס מצד קנאים וויאזוי מען איר פארטריבן פון דארטן מיטן לעבן. [66]
- היסטארישער גרויסער באטיילוגונג ביי מאסן ברכת כהנים ביים כותל. [67]
- פופציג טויזענט אידן זענען עולה רגל און פרייען זיך מיט שמחת בית השואבה טענץ ביי די אבות ואמהות אין מערת המכפלה אין חברון. [68]
- פרעמיער מיניסטער אהוד אולמרט פארכאפט און מאכט קאמף צווישן די 2 רוסישע ביליאנערן; ארקאידי גאידמאק און לוי לביוב. [69]
- פענסילוועניע: פאליציי זוכט שרייבער פון האסליכן בריוו קעגן פיטסבורג שולן. [70]
- ארץ ישראל: סייענטיסטן אנערקענט פאר אויסטרעפן אפהאלט פון שליקעצען. [71]
- סאטמאר אידן קענען שוין גיין צום כותל מיט קוויטל דורך נייער קאמפאני מיני זשערוסאלעם. [72]
- בילדער פון ריזן שמחת בית השואבה טיש פון רבי אהרן טייטלבוים אין וויליאמסבורג. [73]
- מאנסי פלייש סקאנדאל: גרויסע כשרות אסיפה אפגעהאלטן נעכטן אין וויליאמסבורג אין גרויסע סאטמאר-אהרונים ביהמ"ד, גרינדן נייע גלאבאלע כשרות ארגענעזאציע, "וועד הכשרות ד'סאטמאר".[74]
- בילדער פון שמחת בית השואבה צוזאמפאר אין חברון. [75]
- מאה שערים: גאסן זענען אפגעטיילט מענער פון פרויען איצט אין די רוישנדע נעכט [76]
- אידיש טינעיזשער פארלוירן אין אפער וועסט סייד. [77]
- אידיש טינעיזשער טויט אין קאר צוזאמענשטויס אין אויבערשטאט ניו יארק. [78]
- וויען: גאס געגעבן נייעם נאמען נאך שמעון וויזנטאל. [79]
- מעל גיבסאן: נישט איך בין אן אנטיסעמיט, נאר די אלקאהאלישע געטראנקען האבן ערקלערט די אנטיסעמיטישע ארויסזאגן קעגן אידן. [80]
- לכבוד הושענא רבא: התעוררות שמחה הושענא רבא תפלות מיט רבי שלמה קארליבאך זצ"ל. - ווידעא [81]
- טויזנטער ביי אושפיזא דמשה טיש אין סאטמאר דורך ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א. – בילדער. [82]
- חולון: וואנדאלן פארברענען א רייע סוכות. [83]
- אושפיזא דיוסף: גרופע אידן זענען מתפלל ביי קבר יוסף אין שכם, אונטער מיליטערישע שוץ. [84]
- נייער מנהג א דאנק בעלי תשובות: פרויען טאנצן אויך שמחת בית השואבה. [85]
- גרויסארטיגע רבנים קאנפארענץ וועט פארקומען אין נאוועמבער דן צו זיין איבער דעם עגונות פראבלעם. [86]
- פילעדעלפיע: בוכארישער איד באזוכענדיג פון קווינס, אומגעקומען אין היט ענד ראן קאר צוזאמענשטויס קומענדיג פון שול נאך מנחה. [87]
- אידישער האטעל און קאסינא פילאנטראפ טויט ווען זיין הליקאפטער קראכט אינמיטן באקוקענדיג באדן אין סאנטא דאמינגא. [88]
- קהילה אין ניו העיוואן קאנטיקעט שיקט בולעט פראוו וועסטס צו צה"ל זעלנער. [89]
- צה"ל דערשיסט אויף טויט, זעלבסט מערדער מיט באמבע אויפרייס פאסיק, אינמיטן זיך דורכשווערצען פון צפון עזה זייט גרעניץ קיין ארץ ישראל. [90]
- מיטל מזרח קאנפליקט: מדינת ישראל לאזט נאך שטרענגע אנייצוימונגען אויף פאליסטינער אבער שטעלן אויף מער טשעקפוינטס, - וואס דאס פארשווערט די לעבן פון די פאליסטינער. [91]
- יורד קומט צוריק פון אמעריקע ווערט ארעסטירט אין פליפעלד צוליב זיך ארויסדרייען פון דינען אין מיליטער. [92]
- תל אביב: קבלה צענטער סוכה צאמגעווארפן דורך שטאטראט. [93]
- אינגאנצן 5 יאר נאך סעפטעמבער 11 עף.בי.איי. האט נאכאלץ נישט קיין אראביש רעדענדע אגענטן. בלויז 33 אראביש רעדנדע אנגענומען צוליב שטרענג זיכערהייט רעגולאציעס. [94]
- יענקיס פיטשער טויט נאכדעם וואס זיין פריוואטע פליגער פליט אריין אין הויכן אפער איסט סייד געביידע. [95]
- כינע נעמט אראפ צענזור פון וויקיפעדיע. [98]
- עי בי סי טעלעוויזשען ווייזט פאר די וועלט א לענגערן איבערבליק איבער די פעדעפיליע פראבלעם ביי חרדישע מחנכים אויף אומבאהאלפענע אידישע קינדער וואס די קאמיוניטי וויל נישט זיך וויסענדיג מאכן פון זיי. (ABC News)
- ווידיאו קליפ געשלעגן אין וויזניץ צווישען ר' מענדעלע'ס חסידים מיט ר' ישראלטשע'ס חסידים. [99]
- גולן: גנב ווערט פרומע בעל תשובה קערט צוריק גניבה נאך 7 יאר. [100]
- מישיגען: שניי אין סוכות. – בילד. [101]
- קרוין הייטס מחלוקת צעפלאקערט: ר' משה רובאשקין שפארט אויס הרב אהרן יעקב שוויי פון בית דין. שפערלין מיט נאש עפענען פאר אים צווייטער בית דין שטיבל. [102]
- ריכטער באפעלט ר' מרדכי טענדלער אויסצוצאלן די לויער קאסטן פון די בלאגערס וואס ער האט געקלאגט אויף לשון הרע פארלוימדונג. [103]
- סעינט לואיס, מיזורי: אידישע פאמיליע שווער פארוואונדעט אין קאר עקסידענט. – תפילה לרפואה. [104]
- חבר הכנסת אביגדור ליבערמאן וויל טוישן פאליטישע סיסטעם אין ארץ ישראל אזוי ווי אין אמעריקע, נישט ווי אין אייראפע ווי ביז איצט. [105]
- אויל קוואל אנטדעקט נעבן ים המלח איז האפענונג אבער ווייט פון א נאטורליכע שפע ווי די ערד פון אראבישע שכינותדיגע לענדער. [106]
- רעכטער חבר הכנסת רעדט פון בויען שול אויפן הר הבית. [107]
- משה פינקל מאכיל נבילות וטריפות שרייבט בריוו ווי ער טוט תשובה [109]
- וויליאמסבורג: אינגערמאן, 23 יאר אלט, איידעם ביי אנפירער פון סאטמארער קצב, שטארבט פלוצלינג אוועק אויף דער גאס נאך די שמחת תורה הקפות. [110]
- קרית יואל: באקאנטער מגיד שיעור און רעדנער שטארבט פון קענסער לאזט איבער 13 יתומים. [111]
- ארץ ישראל: נייער פילם חופשת קיץ, וואס ווייזט וויאזוי חרדישע טאטע נעמט אויף טראגעדיע פון אייגן קינדס טויט פראדעצורט דורך אן אפגעפארן חרדישע בחור, פאנאוויטש תלמוד געווינט אנערקענונג מעדאל. [112]
- טייערסטע גט אין היסטאריע: רוסישער אידישער ביליאנער ראמאן אבראמאוויטש ווערט געפאדערט 10 ביליאן דאלער פון זיין ווייב פאר א גט. האלב פון זיין פארמעגן. [113]
- בני ברק: ערשטע באנק מיט אפגעטיילטע טעלער'ס פאר עקסטער מענער און פרויען. [114]
- מעלבערן אויסטראליע אנטיסעמיטישער אנפאל אויף איד שמחת תורה. [115]
- אייל לאסטאויטא הענגט אראפ פון בי.קיו.אי. נאך אקצידענט. [116]
- מעכטיגער ערד ציטערניש צושאקעלט האוואי אינזל. [117]
- קאנאדע: ליבעראלן שטעלן זיך ארויס קעגן ארץ ישראל פאליסיס. [118]
- דעמאקראטן ווילן אויספארשן דעם רעפובליקאנער רב ר' דניאל לאפין פאר נוצן זיין טעקס עקזעמפט סטאטוס אלס רעליגיעזע קהילה צו מאכן געלט פאר זשעק אבראמאף קליענט. [119]
- לינקע ליבעראלע ראדיא, ער אמעריקע ראדיא פיילט טשעפטער 11 און גייט באנקראט פון איבער 40 מיליאן דאלער שאדן זינט איר גרינדונג, פאר 2 יאר צוריק. [120]
- רעפובליקאנער געבן אויף אויף סענאט זיץ אין אהייא. [121]
- ווירזשיניע: רעפובליקאנער שטארקער באזע, איז א טויט אייניגער רעיס, אנקעטעס ווייזן אז דעמאקראט איז אייניג מיט רעפובליקאנער סאנאטור. [122]
- דער יידיש שרייבער און בלאגער ר' נועם סטאריק, פראוועט חסידיש פארברענגען לכבוד זיין געבורט-טאג. [123]
- טאהש, לאווען עפענט אויף נייע תלמוד תורה קעגן ר' מיילך האלב שטעטל לייגט אהין אריין די קינדער. [124]
- סאטמאר אין בילדער - ביי ביידע ברודער, ר' אהרן טייטלבוים און ר' זלמן לייב טייטלבוים, טישן און עבודה פון פארגאנגענעם יום טוב. [125]
- ראיאטן אין ירושלים, עזרת תורה געגנט, קנאים צושטערן אויספלאסטערונג פון שאסיי. [126]
- בילד - ג'י שוטענשטיין, דער פילאנטראפ וואס אויף זיין נאמען איז געדרוקט די ארט סקראל ש"ס, שטאט אפ באזוך ביי הרב אלישב שליט"א. [127]
- הערליכע חנוכת הבית פאר נייעם בית המדרש פון הרב אפרתי אין הר נוף. - בילדער. [128]
- פייער אין מאנסי מאכט הייםלאז משפחה. [129]
- פייוו טואנס פרייע איינוואונער טענהנען אז די פובליק טראנספארטאציע סקול באסס שטעלן זיך נאר אפ ביי די פרומע הייזער אראפצולייגן די קינדער אין פארענט פון די הויז פון די פריוואטע מוסדות און נישט פון פובליק סקולס קינדער וואס מוזן גיין צופיסענס אהיים. [130]
- פראג: שאפינג מאל וואס איז געפלאנט אויף אור אלטער אידישע בית החיים ווערט פינאנצירט דורך פרומע איד מוטי זיסער וואס האט אפגעשטעלט די ארבייט אנצופרעגן רבנים די הלכה וואס צו טאן איצט נאכן אויפדעקונג. [131]
- קאסאם ראקעטס מיט היברו אויפשריפט געלאנדעט אין שדרות. [132]
- חיזבאלא עפענט העברעישע שפראך וועב סייט צו סערווירן לינקע אידישע סימפאטיקער. [133]
- סופרים קארט דרייט צוריק נידעריגער געריכט'ס פסק אז געזונט פארזיכערונג מוז באצאלן זנות פאר אינוואליד. [134]
- ברוקלין: טראפיק כאאס פאר קאר וואס פארן פון און קיין מאנהעטן, א טייל פון מאנהעטן בריזש פארשפארט זיך פאר קומענדיגע 2 יאר צוליב איבערבוי. [135]
- טעראר לויערקע וואס האט געהאלפן הויפט טעראריסט אריבערפירן מעסעזשעס צו זיינע אנהענגער, באקומט לייכטע שטראף. [136]
- אידישער ליבעראלער ביליאנער דזשארדזש סאראס האט פינאנצירט טעראר לויערס פארדיטיגונג. [139]
- רעפובליקען אידישע קאעליציע וועט פארברייטערן עדווערטייזמענט קאמפיין צו אידישע וויילער זיי זאלן אנערקענען די פאקט אז רעפובליקעןס זענען פיל מער פרא-איזראעל געשטימט ווי דעמאקראטען. [140]
- וואשינגטאן פאסט: פאלעסטינער זשורנאליסט מיינונג: דעמאקראטן בעסער ווי רעפובליקאנער פאר אראבער צוליב איין סיבה: גוישע ציונים (רעפובליקענס) זענען פיל ערגער ווי אידישע ציונים (דעמאקראטען). [141]
- פאליטישע סעטייער: ליבעראלע פרייע יידיש אנימאציע ווידעא יידיש מיט זשארדזש און לאָרע בוש. [142]
- אמעריקאנער באפעלקערונג דערגרייכט 300,000,000 [143]
- היינט ביינאכט קומט פאר ריזן פראטעסט פון חרדים אין כיכר השבת קעגן האמאסעקסואל שטאלץ פאראדע אין ירושלים. [144]
- דירה צו פארקויפן הארט קעגן איבער דעם כותל המערבי. [145]
- מחלוקת סאטמאר: צוויי חתונות צוויי נגינה טעיפס. [146]
- ספר תורה ארויסגעפאלן פון די הענט פון ר' מאטעלע וויזניצער פון מאנסי, אויף דער ערד. [147]
- וואשינגטאן פאסט לויפט א בילדער איבערבליק אויף אלע 770 חב"ד הויז מאדאלן געביידעס פון ארום די וועלט; ניו זשערסי; ארגענטינע; סאו פאולא; לאס אנזשעלעס; חיפה; ירושלים; רמת שלמה; מעלבארן; מילאן; און קרוין הייטס. [148]
- אידישער ביליאנער, ניו יארק סיטי מעיאר, מייקל בלומבערג האט געגעבן דאס יאר * צדקה 144 מיליאן דאלער. [149]
- רייכע ארטאדאקסישע קהילה אין מאנהעטן, אונטער פירערשאפט פון ראביי מארק שניאור, קויפט נייע געביידע פאר שול פאר 24 מיליאן דאלאר. [150]
- ניקאלשבורגער רבי שליט"א אויף א באזוך אין דעטרויט מישיגן. [151]
- וויליאמסבורג: פייער פארברענט גענצליך ריזן גראסערי פון מענצער. [152]
- דאקטוירים באמערקן מער און מער קליינע קינדער באקומען פובערטי האר אין די גאר אינגע יארן, באטראכטן מעגליכער סייד אפעקט פון טעסטאסטעראן און הארמאן קאלעסטעראל דראגס, אדער ענווייערמענט. [154]
- דעמאקראטן זענען אזוי זיכער מיטן געווינען די סענאט אז זיי נעמען ארויס מולטי- מיליאן דאלער הלוואה פאר קאמפיין. [155]
- מאנסי: עלטערער בחור פון 21 יאר אלט אונטער ארעסט נאכן ווערן געפאקט ביי פאליציי האבנדיג געשלעכט מיט אינגערע בחורים פון 14 יאר, וואס מאכט אים לעגאל א פעדעפייל. [157]
- ירושלים: קנאים פארברענען נייע קליידער געשעפט אינמיטן דער נאכט. - בילדער. [158]
- אוקריינע: אלע רבנים שליחי חבד טרעפן זיך מיטן פרעמיער מיניסטער אויף אן אוידיענס. - בילדער. [159]
- ירושלים: טויזנטער חרדים; ספרדים; און מתנחלים זענען פאראייניגט קעגן געי שטאלץ פאראדע; ר' משה שטערנבוך ערקלערט: ארץ ישראל פארלוירן אין קריג מיט לבנון צוליב דעם טעמע. - ווידיאו פון ככר השבת פראטעסט. [160]
- קרוין הייטס: שומרים לייגט ארויס איר ערשטער פול-טיים פאטראל קאר, צו באשיצן אידישע קאמיונעטי, פון די לעצטנס פארשטארקערטע אטאקעס מצד די שווארצע שכנים. - בילדער. [161]
- בראזיל: קאטאליקן אין די עמעזאן זשאנגל זענען פארגלייבט און פאר געטערן נאכן זעהן אפענע נסים ביי קבר פון ספרדישן צדיק. [162]
- ירושלים: היינט נאכט ווערט געפייערט יארצייט פון שמעון הצדיק מיט טויזנטער ערווארטעט צו באזוכן זיןקבר מיט פאליצייאישע שוץ אין אראבישע גאס אונטער אידישער שמואל הנביא גאס. [163]
- כל העולם כולו פשוטו כמשמעו: חרדישער בילדער מאגאזין ארויס מיט פארברייטערעטער ביילאגע פון יום טוב סוכות בילדער ביי די רבנים; ראשי ישיבות; חכמים; ספרדים; און חסידישע הויפן. [164]
- סאטמאר אין טרויער: איבער 8 ניחום אבלים'ס אין איין וואך; האלב פון די נפטרים זענען אונטער די 50 יאר פון זייער לעבן. רח"ל. [165]
- א חידוש: איזראעלי דיאמאנט מארקעט וואקסט אין נישט קיין אנדער פלאץ ווי אן אראבישע ראיאן: דוביי, אינידיע. [166]
- צה"ל אנטדעקט 5 טונעלן פאר וואפן שמוגל פון עזה. [167]
- אראבער באקומען בריוון פון צה"ל צו דינען אין אידישען מיליטער. [168]
- איד לייכט פארוואונדעט פון טעראר שיסעריי אויף זיין קאר אין מערב ברעג. [169]
- דאקטוירים אין עגיפיטען באקומען טרענירונג פון ארץ ישראל וויאזוי צו באקעמפן עידס אין זייער לאנד. [170]
- לעיקוואד: אינגערמאן, טאטע פון 5 קינדער שלאפט איין אינמיטן דרייווען פילער קאר, פארט אריין אין לעיק, הערויאישער שווארצער פאליצאנטקע ראטעוועט די גאנצע משפחה מיטן לעבן. - ווידיאו. [172]
- לאוער איסט סייד: נאך א קרבן צום ריעל עסטעיט בום; אור אלטער אידישער גארטעלס בעקעריי ציעט זיך אוועק פון געגענט; קאנדימיניוםס געפלאנט. [173]
- סטיווען ספילבערג פראדוצירט א פילם איבער באבי יאר. [174]
- פלעטבוש: סקול באס פון חיים בערלין חדר לאזט קליין קינד שלאפן אויפן באס נאכדעם וואס ער פארקד, דורכגייער רופט פאליציי, קינד נישט געשעדיגט. [175]
- ניו זערסי קאנסערוועטיוו ראביי, וואס האט געהארגעט זיין אייגן ווייב, א באליבטער רעביצען פון די קאמיוניטי, וויל 3'טער משפט, ווייל מערדער וואס ער האט געדונגען, האט נאך מערדערייען וואס מען האט נישט פארציילט פאר די זשורי. [176]
- בארא פארק: קאונסילמאן ר' שמחה פעלדער איז קעגן נייע שטרענגע רעגולאציעס צו פארמיידן ציגארעטל רייכערען פון בחורים. [177]
- איז דא א גאט? 2 נייע ביכער, פון 2 גרעסטע עוועלאשען ביאליגסטען און די וועלטס גרעסטע סייענטיסטען, קומען צו 2 פארקערטע מסקנות. - ריטשארד דוואקינס: די גאט דילוזיע. און פרענסיס קאלינס, א געוועזענער אטיאיסט וואס זיין ארבייט אין די די ען עי האט אים גאמאכט רעליגיעז: די שפראך פון גאט: א סייענטיסט לייגט אראפ די עדות פאר אמונה. [178]
- צענדליגע טויזענטע אראבער באלאגערן דעם הר הבית לכבוד ראמאדאן. [179]
- מערדער פון יצחק ראבין, יגאל אמיר ערלויבט צו באקומען אינטימע באזוכען פון זיין ווייב אין טורמע צו אויפשטעלן דורות פון אים. [180]
- אנקטעט: זשאו ליבערמאן עפענט א 17 פראצענט פאראויסדיגע שטארקייט קעגן זיין דעמאקראטישער פארטיי קעגנער. [182]
- קאנגרעסמאן וואס האט סעקסואל באלעסטיגט אינגע געהילפן, און דערמיט פארשאפט פאליטישער שאדן פאר רעפובליקאנער פארטיי אין די קומענדיגע וואלן, זאגט אז ער איז אליינס געווארן סעקסואל באלעסטיגט אלס קינד פון גלח; אלטער גלח איז מודה במקצת. [183]
- פיטער לוגער נאכאלטס די 5 בעסטע רעסטוראנט פון גאנץ ניו יארק. [184]
- טראגעידע אין מאנסי: חשובע פרוי, א מאמע און מנהלת אין סקול מיטן נאמען שבח אומגעקומען אין קאר עקסידענט. [185]
- כעס אין ירושלים: האמאסעקסואלען פלאנען זייער תועבה מארטש אין קריסטעל נאכט. [186]
- סאטמאר-אהרונים: דער רבי בעט זיינע חסידים נישט מאכן קיין בילדער ביי די חתונה. [187]
- אהרונים חתונה, רבי וועט עסן צוזאמן מיטן עולם חסידים. [188]
- נייער בוך: ארכיאלאגען ווענדן אפ תנ"ך געשיכטעס, איבער די קעיניגרייך פון דוד המלך און שלמה. [189]
- רוסלאנד: פרעמיער וולאדימור פוטין טרייבט ליצנות וויאזוי איזראעלי פרעזידענט האט געקענט באווייזן צו רעיפן 10 פרויען. [190]
- נטורי קרתא רב פון וויען; ר' משה אריה פרידמאן, איז עובר אויף התגרות באומות קעגן דייטשלאנד פאר זייער שטיצע צו די ציונים. [191]
- א רבס ווארלד סיריעס נביאה; נישט די קאפס. [193]
- טיים מאגאזין: עף בי איי פארשט אויס אידישע לאביאונג גרופע עיפאק פארן זיך מישן אין אמעריקע פאליטיק. [194]
- זשאו ליבערמאן באקומט גרויס געלט פון בוש רעפובליקענס. [195]
- חרדישער ארונישער ליבעראלער זשורנאליסט, ר' שמעון ראלינצקי, שרייבט פאליטישע אנאליז צו טרייבן שפאס פון זיינע חרדישע קאנסערוועטיוו געשטימטע ליינער, ער פארקויפט זיי אז טראץ אלע אנקעטעס זענען די רעפובליקאנער יא באמת פאראויס פון די דעמאקראטען. [196]
- זשאו ליבערמאן קאמפיין ציעט זיך אריבער קיין ניו זשערסי, ווען דעמאקראטישער סענאט קאנדידאט זאגט ליגענט אין שול אויפטריט און לייקענט זיין אינדארסירונג פאר ליבערמאן'ס קעגענער. [197]
- מאנהעטען: 6 יאר נאך סעפטעמבער 11 חורבן, קרוב צו הונדערט שטיקער ביינער און אנדערע קערפער טיילן, אנדעקט אין קאן עדיסאן מענהאולס אין און ארום די ווארלס טרעיד סענטער לאך. [198]
- מיידל אונטער ארעסט פארן קארזשעקינג פון מעיאר בלומבערג. [199]
- אנקלאגע קעגן גוגעל פארן נישט טאן גענוג אפצושטעלן פראבלעם פון קליק פראוד, ווי קאמפאניס צאלן געלט פאר מענשטען צו קליקן א גאנצער טאג אויף עדס כדי צו אינפלאטירן די פרייז וואס די עדס צאלן פאר גוגל. אנאליטיקער שאצן אז די פאלטשע ביזנעס איז איבער א ביליאן דאלער עקענאמיע. [200]
- חרדישער אינטערנעט הייד פארק פארום'ס לייגט צו נייע פיטשער וואס מען קען זעהן צו באנוצער געפינט זיך איצט אנליין. [201]
- סטודענט מאכט ווידיאו קליפ רעזומע און דאס ווערט פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט. [202]
- סאטמאר - זאלוינים, ריזן ציבור טוט זיך אן שטריימלעך צו דער חתונה פון ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א. החזן יענקל אונגער זינגט ביי חופה. . - ווידעא אנאליזן לייוו באריכט און בילדער. [203]
- סטיווען ספילבערג ביי חב"ד קירוב אויפטריט אין אוקריינא, רופט ארטיגע אידן זיך צוריקצוקערן צו די ווארצלן פון אידישקייט כדי צו פערזערווירן די עתיד און פארזעצונג פון אונזער פאלק און ראסע. [204]
- געריכט אנקלאגע קעגן רב און חבד שליח, וואס פלינדערט אויס געלט, וואס אלמנה האט מנדב געווען פאר נייע ארון קודש, צו פארן אויף וואקאציע. [205]
- צוויי דריטלעך פון העיט קרייםס אין אמעריקע זענען קעגן אידן. נישט קעגן שווארצע אדער אראבער אדער אלע אנדערע מינדעהייט גרופעס. [206]
- קרוין הייטס: פאר-פאלק ארפאגעקלאפט פון לויפנדן קאר אויף איסטערן פארקוועי. - בילדער. [207]
- קנאים אין ירושלים - בית שמש פראטעסטירן קעגן צניעות מהדרין באס ליניע. - צוליב ווייל אירע בעלי בתים זענען ציונים. [208]
- דאס לעבן פון די חרדישע ביליאנערן איז רעלאטיוו שטיל און זיי פרעגן זייערע רבנים ביי יעדע ביזנעס דעסיזשאן. [209]
- פאניק: 4 טויט פון גריפע וואקצין. [210]
- רעפובליקענס בעטן קאנגרעס צו ארויסווארפן סי ען ען רעפארטערס פון די [[ארמיי] אין איראק צוליב קאלעבראציע מיטן פיינט. [211]
- די ערשטע מצוה אין די תורה איז דער יסוד; דאטע באווייזט אז גרויסע געבענטשטע משפחות זענען מער רעליגיעיז. [212]
- א 76 יאר אלטיגע רב וואס האט באקומען סמיכה פון הרב משה פיינשטיין, וועט לויפן אין די קומענדיגע מאראטאן גאלאפ. [213]
- גוגל ציעט די מערסטע אנקלאגעס, ווייל זיי זענען היינט די אינטערנעט. [214]
- ליבאראלע בלאגערס און נעטרוטס גרייטן צו מעכטיגער גוגעלבאמבע אטאקע קעגן רעפובליקאנער קאנדידאטן ממש פאר די וואלן. [215]
- שרעקליכע ביזנעס אנזעץ אין בעלזא, פון בארא פארק חסיד, בעל הבית פון פאפא - צעלים מצה בעקעריי, וואס אפגעווישט און שאדן געמאכט איבער הונדערט מיליאן דאלער פון הונדערטער אידישע אינוועסטירער. [216]
- חתונה אין מאנרא פון אינגסטן קינד פון ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, ריזן ציבור טיט זיך אן שטריימלעך, החזן חיים העללער זינגט ביי חופה; טראגעדיע צושטערט שמחה, ר' שמואל בנימין קרויס פון לאנדאן כאפט אנפאל אינמיטן חתונה. - בילדער, ווידעא, אנאליזן, און לייוו באריכטן. [217]
- גורע רבי וויל צאמשטעלן א קרן פון הונדערטער מיליאנען דאלער צו שטיצן ווי מער קינדער געבורט ביי חרדים. [218]
- פשרה: ספרדישער הויפט רב עמאר וויל מתיר זיין גוים חתונה צווישן זיך אין ארץ ישראל כדי צו נישט לאזן רוסישער ח"כ אביגדור ליבערמאן אויספירן זיין פלאן, צו לאזן אידן חתונה האבן מיט גוים אין ארץ ישראל. [219]
- אויסטראליע; מעלבארן; פוטבאל שפילער זענען מודה אין אטאקע אויף חרדי. - בילד. [220]
- קרוין הייטס: לעצטער גוישער הויז אויף דעם בלאק פון 770 צו פארקויפן. [221]
- פרומער אידישער הצלה מעמבער אויפן ערשטן הצלה קאל אין זיין לעבן שטארבט אין אקצידענט. [222]
- איראן: קליין קינד געכאפט שאפליפטינג; שטראף: איבערפארן די האנט. [223]
- עזה: עי.פי. פאטאגראף געקידנעפט. [224]
- פראנצויזישער מיליאנער קומט צופליען מיט זיין פריוואט זשעט צו דינען אין צהל ריזערעוו. [225]
- ליאבארעלן מאכן ספעקטאקל אינמיטן זשאו ליבערמאן'ס ווערטער אין דעבאטע, רעפובליקאנער קאנדידאט מאכט זיי שטיל. - לייוו ווידיאו קליפ. [226]
- טומטום און אנדרוגינוס געווינען געריכט; זיי מעגן שוין נוצן סיי מענער און פרויען פובליק בית הכסאס. [228]
- פלעטבוש: א נייער מנהג אין מילוואקי שול פון ר' מאטל טווערסקי על דרך ר' שלמה קאריבלאך דעם פארגאנגענעם שמחת תורה. מען טוט אויספארקויפן די ערשטע ארום נעם פון יאר פאר ווער עס צאלט די מערסטע סומע. [230]
- בני ברק: רבנים שטעלן משגיח זאל היטן אויף אראבישע ארבייטער פון די שטחים; אבער נישט צוליב טעראר געפארען. נאר צוליב ליבע אפערע'ס וואס זיי פירן מיט די ארטיגע אידישע מיידלעך. [231]
- פראנקרייך: געריכט טרעפט שולדיג, האסליכע בריוו שרייבער, וואס וויל פארגאזן אידן מיט זיקעלאון B. [232]
- פאסט מארקע (סטעמפ) אין ארץ ישראל ברויך גניזה צוליב נאמען פון גאט אויפגעשריבן אויף איר. [233]
- בארא פארק: דראמא אין ריזיגען פעט מארק ווען מאן מיט ביקס הייזשעקט געשעפט. [234]
- לאס אנזשעלעס: עירוב שטויסט זיך אן אין קענערשאפט פון ענווייערמענטאליסטן, וואס טענה'ן אז די פויגל וועלן דערהארגעט ווערן אריינפליענדיג אין שטריק, און פון ביטש שווימער וואס טענהען אז די שטריק וועט פארמיאוס דעם ים פאנאראמע. [235]
- פלעטבוש: שיכור כאפט אוועק איד'ס סעלפאון, און דערנאך געוואלט קאר-זשעקן. [236]
- חברון רב פסק: רעפארמער ערגער ווי מוסולמענער. [237]
- בענסנהוירסט: סאניטאציע ארבייטער אראפגעכאפט לייוו אויף ווידיאו ווי ער מאכט מיסט און דערנאך שרייבט ער טיקעט פארן בעל הבית פון געשעפט. [240]
- נייע וועבזייט: קיינציקלאפעדיע אויף יידיש! [241]
- ארץ ישראל: קאמף קעגן אומ-צניעותדיגע קליידער פארשארפט; מער און מער געשעפטן ווער פארברענט, און מער און מער פרויען ווערן באגאסן מיט בליטש. דורך קנאים. [242]
- ספרדישער רב הראשי ר' שלמה עמאר ווארענט: תועבה מארטש גרעסערע סכנה און חרבן, ווי דער חורבן בית המקדש. [243]
- ווידאו פון ריזן עולם באטייליגונג ביי נעילת החג טיש אין ארונים סאטמאר נס שול וואס איז געבויט געווארן אין 2 וואכן ברענגט מסירות אז אינסטאנצן זאלן אויספארשן צו זיי לייגן נישט אריין דארטן מער ווי די ערלויבטע צאל מענטשן. [244]
- מאנטריאל: רעגירונג קאמיטעט וועט פארשן חסידישע מוסדות החינוך צו זיי לערנען די פארלאנגטע לימודי חול. [245]
- אוסטראליע: דראמא מיט אינג קינד בר מצוה בחור'ל וואס וויל זיך מגייר זיין, ווען ביי די טבילה באמערקן די רבנים אז ער איז נישט געמאלעט געהעריג על פי הלכה, בר מצוה איז געווארן אפגעשטעלט. [246]
- דעמאקראטן שלאגן אפ אנטי-איזראעל בוך פון זייער געוועזענער פרעזידענט זשימי קארטער. [247]
- רעפובליקאנער סענאטור פון פענסלוועניע וואס האלט ביים פארלירן זיין זיץ; אפעלירט צו אידן, זיין איינציגסטע לעצטער האפענונג, אים צו ראטעווען. [248]
- גאזאלין אין ניו זשערסי האלט שוין אונטער 2 דאלער. [249]
- דער אידישיסט שלום בערגער שרייבט א באריכט איבערן אידישען וויקיפעדיע פארן פארווערטס. רעדט זיך אפ אז דאס איז א חרדי-פעדיע ווי די גאנצע אידישע שפראך וואס בלויז חרדים רעדן, און אז מיר האבן בלויז דא נישט מער ווי הונדערט באזוכער איבערן משך פון א חודש. [250]
- אלגעמיינער זשורנאל וועבזייטל געשלאסן, ווארשיינליך בלויז אויף דערווייל און צוליב טעכנישע סיבות.[251]
- פארווערטס האט איבערגעמאכט זייער יידישן וועבזייטל, זיי לייגן שוין ארויף די גאנצע טעקסט פון זייער צייטונג -נישט ווי ביז יעצט וואס די טעקסט איז נישט געווען אריינגעטייפט נאר אויף א בילד פארמאט, זיי האָבן גרויסע פּלענער אַרויסצוגיין אויף די עלעקטראָנישע רחבֿותן פֿון דער וווּנדערלעכער אינטערנעץ. [252]
- גרויסארטיקער שבע ברכות אין וויליאמסבורג סאטמאר - ארונים קהילה. - בילדער. [253]
- חכם עובדיה יוסף שליט"א שטעלט זיך ארויס קעגן פרומע איד זאלן דינען נשיא פון מדינת ישראל. [254]
- ערשטע באנד פונעם בוך ומשה הי' רועה, ארויסגעקומען. באשרייבט אין אידישע שפראך דאס לעבנשאפן פון לעצטן סאטמאר רבי ר' משה טייטלבוים ז"ל.[255]
ארץ ישראל און מיטעל מזרח
- העכסט אינטערסאנטע הומאריסטישע אנאליז אויף הייד פארק שטייטע וועבזייטל, ערשיינט אין היימישע קרעטשמע [257]
- שטערקסטע אנקעטע וואס איז נאר וואס אמאל ערשינען איבער מוסעלמענישע באפלעקערונג אין לאנדאן צייגט אז 8.5 פראצענט פון די לאנדאנע באפעלקערונג זענען מוסעלמענער, פונדעסטוועגן איז זייער איינפלוס אויף די רעגירונג זייער שוואך. [258]
- וויקיפעדיע סיסטעם דעמאקראטיע ביי די ארבייט: וועטעראן וויקיפעדיע באנוצער; יודל; באקאנט אלס אבישי ווערט אויפגעזאגט פון מנהלות, (וואס ער האט סייוויסיי קיינמאל גענוצט), טראץ זיינע פילע ביישטייערונגען צום אויפלעב פון אידישער וויקיפעדיע, נאך וואלן אים צו פארשפארן; ווייל ער רודף'ט צופיל די קאמיונעטי און פארטרייבט באנוצער פון שרייבן אויפן אידישען וויקיפעדיע. [259]; יודל פארשפרעכט אויפציווייזן זיין ארגומענט פארן סטוארט באנוצער:danny, וואס ער האט אים געמאכט אויס מנהל, אז די וויילערס זיינען אפאר סאקפאפעטס וואס ברעכן וויקיפעדיע:פאליסיס און זיי ווילן פטור ווערן פון איר יודל... [260]
- לעיקוואד: אידן פראטעסטען אין פארענט פון חרדישען מעיאר'ס הויז; ר' מאיר ליכטענשטיין. פאר זיין שטרענג אינפארסירן געזעצן פון הייזער. [261]
- לעיקוואד: קאר שטויסט זיך אן אין הערש ביי עקסידענט פון חרדישן דרייווער. [262]
- ר' אברהם שמואל געשטעטנער געט ארויס סירוב קעגן ר' איצא גליק. [263]
- בארא פארק: א אינג ווייבל נויטיגט זיך אין א ניר נדבה, צו ראטעווען איר לעבן. [264]
- סאטמאר רבי ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, באזוכט היינט אין פלעטבוש פאר אווענט לטובת ר' מאיר בעל הנס. [265]
- וואטערבוירי ישיבה ווערט בשולדיגט אין אומ-לעגאל דארמיטארי. [266]
- יד ושם באקומט א נדבה פון 25 מיליאן דאלער פון רייכסטע איד אויף די וועלט; שעלדאן איידלסאהן. [267]
- הרב ר' מנשה פילאפ, תורה קאלומניסט פון נייעס באריכט ווידמעט זיין קאלום די וואך קעגן נייע ספר, וואס שטייט איבער מצוות ישוב הארץ. [268]
- חרדישער פרוי אין בני ברק שטארבט, איבערלאזנדיג א פאמיליע פון 18 יתומים. [269]
- געפענט וועב סייט וואס דינט ווי א דאטע באזע פון טויזענטע שטיקער קונסט און אייגנטום, פאר האלאקאוסט איבערלעבער און זייערע איינקליך צו אידעטיפיצירן זייערע פארמעגן און דאס צוריקבאקומען. [270]
- וויליאמסבורג: גוי ווערט בארויבט, צוברעכט די האנט פון רויבער, רויבער אנטלויפט, פאליציי כאפט אים אין וואדהאל האספיטאל. [271]
ארץ ישראל און מיטעל מזרח
- חברון קרית ארבע, איד ווערט דערשאסן און פארוואונדעט, פון אראבער וואס איז פארשטעלט ווי פאסטעך פון סטאדע שאף. [272]
- חרדישע וויליאמסבורג פון די נישט געזונטסטע געגנטן צוליב ווייניג איבונגען. [273]
- עליאט ספיצער פאשפרעכט מער געלט פראגראמען פאר די חרדישע מוסדות החינוך פון ניו יארק. [274]
- ר' יצחק טויביה ווייס דער ירושלים רב מטעם העדה החרדית זאגט צו בלוט אויב מען וועט נישט מבטל זיין די תועבה מארטש. [275]
- באבוב: ר' בנציון האלבערשטאם צואמפערט מיטן שוואגער נאכן ווייזן סימפאטיע צו צד פון ר' מרדכי דוד אונגער. [276]
ארץ ישראל און מיטעל מזרח
- דער יו ען וועט אויסמאפירן פנטקליך ווי איז די גרעניצען פון די קאנראווערסאלע שבח פארםס. [277]
- גרעסטער טאלק שוי האוסט אין היסטאריע, ראש לימבאוי קפיטיליזירט אין סקאנדאל איבער אקטיאר וואס שפילט עדס קעגן רעפובליקאנער. [278]
- דער ליבעראלער דעמאקראטישער געשטימטער צייטונג ניו יארק טיימס לייגט האר בעפאר די וואלן א בילדער אויסשטעל פון טויטע אמעריקאנער סאלדאטן אין איראק. [279]
- טראפיק וואקסט פון 2 פאפולערע וועב סייטס; וויקיפעדיע און יו טוב. [280]
- טעלעוויזיע סטעישאן האט נישט בעסערע פארציילער פון די נייעס און קענען נישט נוצן פרוי צוליב קרבן... [281]
- דער פאליציי מאן מאכט זיכער זיין קווואטא איז אנגעפילט... [282]
- הויפט מנהל פונעם אינטערנעט הייד פארק פארום עצור כאן חושבים בעט הילף אין איבערטייטשן די ארטיקל אין וויקעפעדיע אויף זיין פארום, פון אידיש צו עברית [283]
- רעקארד אונליין פאבליצירט אינטערסאנטע ווידיאו אין אידיש [284]
- היימישע קרעטשמע גרייט זיך צו פייערן זייער צען טויזנטנסטע תגובה [285]
- רייכסטער איד אויף די וועלט; שעלדאן איידלסאהן אין טאלקס אפצוקויפן מעריב טאג-צייטונג. [286]
- דער עי די על פרדאמט יד לאחים פארן פארשפרייטן ראסיסטיש צעטל; נישט צו פארדינגן אידישע הייזער פאר אראבער אין ירושלים. [287]
- אלי וויזעל באשרייבט אין דעטאל די אטראסעטיס פון נארט קאריע און בעט די יו ען זאל איר אפשטעלן. [288]
- באסטאן אידישע קאמיוניטי שיקט צען מיליאן דאלער פאר חיפה צו פארעכטן שאדן פון ארץ ישראל לבנון מלחמה. [289]
- ניו יארק פאליציי דעפארטמענט פארבאט אירע מעמבערס צו האבן אפענע כתובת קעקע - טאטואירונג. [290]
- קרית יואל: רעפובליקאנער קאנגערס-פרוי; סו קעלי אין שווערן פאליטישער קאמפ פאר איר לעבן, ארלעידיגט פאר ארונים אוידיענס מיט מעיאר מייקל בלומבערג איבער אפגעשפארטע חדר. [291]
- חכם עובדיה יוסף פסק פאר זיינע בעלי תשובה משפחות; זייט מוותר אויף מחיצות אויב עס ברענגט צו מחלוקת. [292]
- לעקיוואד ראש ישיבה; ר' מלכיאל קאטלער וועט פארלערנען א שיעור אין ארונים סאטמאר שול. [293]
- קאשוי רב שליט"א באזוכט לעיקוואד. [294]
- לעבעדיגע ווידיא הוק-אפ אויפן אינטערנעט ביים קבר רחל אין ארץ ישראל, צום בעפארגרייטונג צום יארצייט פון רחל אמינו. [295]
- זאל וויקיפעדיע אנהייבן לייגן עדס?; באקענט זיך מיט איין זייט פון די דעבאטע. [296]
- רעפובליקאנער זאגן: מיר זענען פאראויס אין פריע וואלן. [297]
געזונטהייט און סייענס
- א נייער פייגל גריפע ווירוס איז אויפגעדעקט געווארן אין א מענטש אין כינע; וואס קען אויסהארגענען די גאנצע וועלט אין איין ריזן מגיפה. [298]
- סייענטיסטן טרעפן אויס נייע קאנטרעסעפטיוו פיל פאר מענער אן קיין סייד אפעקטס. [299]
- סייענטיסטן מאכן וואקסן און באשאפן, ערשטע מאל אין היסטאריע, מענטשליכע לעבער פון סטעם סעלס.
- נייער סיין אויף רוט 17 זאגט דרייווערס זייער ספיד. [300]
- ניו יארק פאוסט שטייגט איבער דעילי ניוז; ווערט 5'טער גרעסטער צייטונג אין אמעריקע. [301]
- גוגעל פליקט אראפ אלע קאפי רייט ווידאו קליפס פון יו טוב. [302]
- מיי ספעיס וועט ארויסבלאקירן באנוצער וואס וועלן ארויפלייגן קאפירעכט מוזיק. [303]
- יו טוב ווידעא פון ישראלי וואס כאפט זיך מיט אויף קארן אויף ראלער סקעיטס. [304]
- אמעריקע: זון איז מאנס זיין אייגענע מאמע. [305]