דוביי
|
דובײַ (אראביש: دبيّ; ענגליש: Dubai) איז די הויפטשטאט פונעם עמיראט פון דוביי אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, וואס געפינט זיך אויפן פערסישן איינגאס.
דוביי איז די מערסט באפעלקערטע שטאט אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן.
די טוריזם אין דוביי איז שטארק זינט די 1980ער יארן, און אסאך אייראפעישע קומען קיין דוביי אויף קורארט אין ווינטער. אויך דאס עפענען די לופט פאר אלעמען, האט אריינגעברענגט לופטליניעס וואס פליען צום ווייטן מזרח, וואס שטעלן זיך אפ דארט.
אין דוביי געפונען זיך אסאך וואלקן קראצערס, צווישן זיי בורדזש כאליפא, די העכסטע געביידע אין דער וועלט, און בורדזש על אראב, דער העכסטער האטעל אין דער וועלט.