חולון
|
חולון איז א שטאט אין ישראל צוזאם געשטעלט פון עטליכע געגנטן, געגרינדעט אין די 1920ער און 1930ער יארן, און פאראייניגט געווארן אלס א לאקאלע ראט מיטן נאמען חולון.
די שטאט געפונט זיך אין תל אביב דיסטריקט, ישראל, און איז איינע פון די גרויסע שטעט אין גוש דן. די שטאט איז פלאצירט דרום פון אזור, דרום־מזרח פון תל אביב, מזרח פון בת ים, צפון פון ראשון לציון און מערב פון שאסיי 4. די שטאט באדעקט א שטח פון 18,927 דונאם, און די באפעלקערונג אין שטאט איז 172,400 איינוווינער. אין 1950 איז די חולון דערקלערט געווארן אלס שטאט דורך ישראל. די שטאָט איז אַ מיטגליד פון פארום 15.
טראנספארטאציע
רעדאַקטירןנתיבי איילון פארט אריבער צו מערב זייט פון שטאט, צווישן בת ים און דער שטאט. שאסיי 4 פארט אויף מזרח זייט פון שטאט. אזוי אויך שאסיי 44 לויפט צפון פון שטאט.
באן
רעדאַקטירןדי באן ליניע פון תל אביב קיין ראשון לציון וואס מען האט געעפנט אין 2011, פאלגט די ליניע פון דעם נתיבי איילון שאסיי, צווישן חולון און בת-ים. די ליניע האט פיר סטאנציעס אין חולון: חולון קנופ, חולון וואלפסאן, בת־ים יוספטל און בת־ים קוממיות.
האנדל און אינדוסטריע
רעדאַקטירןדי הויפּט גאסן פון חולון (למשל סאָקאָלאָוו) האבן א סאך געשעפטן וואס דינען די איינוואוינער פון דער שטאָט.
דער חולון איינקויף צענטער וואָס האט געעפנט אין 1998, באדינט אַלע באוואוינער פון דער געגנט, אויך עס זענען אסאך האנדל צענטערן ווי - נאות רחל צענטער (אין נאות רחל), סאַדאַוו צענטער און דר-גת צענטער (אין קריית בן-גוריון), קריית שרת צענטער (אין קריית שרת) און נאך.
פילע באוואוינער פון חולון, אזוי ווי באוואוינער פון אנדערע שטעט לעבן תל אביב, געפינען זייער פרנסה אין תל אביב.
הויפט־רבנים
רעדאַקטירן- הרב ברוך ראבינאוויטש
וועבלינק
רעדאַקטירן- חולון מוניציפאליטעט וועבזייַטל (ארכיווירט 30.07.2005 ביי דער Wayback Machine)
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר יעקב | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | דלית אל כרמל | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |