שלמה המלך

(אַריבערגעפֿירט פון שלמה)


שלמה המלך (געבוירן ב'תתקי"ב - ב'תתקס"ד) איז געווען א זון פון דוד המלך און איז געווען דער לעצטער יידישער קעניג אין פארלויף פון 40 יאר אויף אלע שבטים פון כלל ישראל נאך דוד (נאך שלמה המלך האט זיך די קעניגרייך צעטיילט אויף צווייען: מלכות ישראל און מלכות יהודה). שלמה האט קיינמאל נישט געפירט מלחמה מיט אנדערע פעלקער, ער האט געהאט גוטע פארבינדיגען מיט מצרים און אנדערע ארומיגע לענדער (אנדערש ווי זיין טאטן דוד). ”וַיֵּשֶׁב יְהוּדָה וְיִשְׂרָאֵל לָבֶטַח, אִישׁ תַּחַת גַּפְנוֹ וְתַחַת תְּאֵנָתוֹ, מִדָּן, וְעַד-בְּאֵר שָׁבַע--כֹּל, יְמֵי שְׁלֹמֹה” (ספר מלכים א' (פרק ה'))

שלמה המלך
שְׁלֹמֹה
געבורט 990 לפנה״ס
פאלעסטינע, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 931 לפנה״ס (אלט 59 בערך)
ירושלים, מלכות יהודה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
שלמה המלך בן דוד מלך (תחריט קדום)
שלמה המלך בן דוד (ציור)
יידן און יידישקייט
מנורה
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם

זיין רייכקייט

רעדאַקטירן

אויך איז ער געווען זייער רייך און האט געבויעט גרויסע טייערע פאלץ דער בית המקדש, א פאלאץ פאר אים, בית יער הלבנון.

שלמה איז געווארן קעניג אין יאר ב'???"? אין די צייט וואס זיין פאטער דוד דער פריעריגער קעניג האט נאך געלעבט. זעט אדוניהו פאר מער דעטאלס.

די חכמה פון שלמה

רעדאַקטירן

שלמה המלך האט דעם טיטל "חכם מכל אדם", דאס מיינט דער קלוגסטער פון אלע מענטשען. עס ווערט דערציילט אין מלכים א' פרק ג': ווען שלמה המלך האט איבערגענומען די קעניגרייך פון דוד המלך, איז שלמה דאן געווען אומגעפעער 16 יאר אלט. און גאט האט זיך צו אים באוויזן אין חלום, און אים אנגעבאטן צו בעטן סיי וואס דאס הארץ זיינס באגערט. האט שלמה המלך געבעטן קלוגשאפט, צו קענען פסקנען פארן פאלק מיט גערעכטיקייט. גאט האט אים באלד חכמה געשענקט און דערצו אויך רייכקייט מיט כבוד. גאט האט אים צוגעזאגט אויך לאנגע לעבנסיארן אויב ער וועט גיין אין גאטס וועגן, אבער צום סוף אלץ זיינע זינד איז ער אוועק פון דער וועלט רעלאטיוו יונגערהייט.

איינע פון די באוווסטע מעשיות איבער זיין חכמה איז די מעשה וואס ווערט דערציילט אין אנפאנג "מלכים". צוויי פרויען האבן זיך ארומגעשלאגן וועגן א קינד צו וועמען עס געהערט. האט שלמה המלך מיט זיין חכמה באפוילן צו צעשניידן דעם קינד אין צווייען. האט די אמתע מאמע באלד אויפגעגעבן איר זכות און מסכים געווען מען זאל ליבערשט אוועקגעבן דאס קינד פאר דער צווייטער - אבי עס נישט צעשניידן. אזוי האט שלמה המלך זיך דערוווסט אז זי איז די ריכטיגע מאמע, און האט גע'פסק'נט אים איר צו געבן.

שלמה המלך האט מחבר געווען דער קהלת, און דער שיר השירים.

געבויעט דער בית המקדש

רעדאַקטירן

שלמה המלך האט געבויעט דער ערשטער בית המקדש אין ירושלים אין פארלויף פון 7 יארן.

נאך וואס שלמה המלך האט געבויעט דער בית המקדש, אין דער זיבעטער מאנאט חג הסוכות, (לויט די ציילונג אין די תורה,) האבן די כהנים געבריינגט פון עיר דוד די הייליגע כלים, דער ארון הקודש, אוהל המשכן אא"וו צום בית המקדש. און דאן איז געשען א נס, אז דער בית איז אנגעפילט געווארן מיט א וואלקן פון גאט ”והענן מלא את בית ה'” (מלכים א' פרק ח'.) אזוי ווי ס'איז געשען ווען משה רבינו האט געבויעט דער משכן ”וכבוד ה' מלא את המשכן” (שמות מ').

שלמהס זינד אין זיין עלטער

רעדאַקטירן

1) שלמה המלך האט געהאט 1,000 ווייבער. פון זיי האט ער מיט 700 חתונה געהאט, און 300 זיינען געווען זיינע פילגשים; און אין חומש דברים ווערט געבראכט אז עס איז פארבאטן פאר א מלך ישראל צו מערן פרויען.

2) ער האט חתונה געהאט מיט פרעמדע, נישט יידישע ווייבער.

3) ער האט געמערט פרויען, און זיי האבן אים צוגעבריינגט אין זיין עלטער צו זיך פארציען נאך דינען עבודה זרה, ער האט געבויעט מזבחות פאר די געטשעס, און האט ערלויבט זיינע פרויען דינען די געטשעס. דערפאר האט אים גאט געשטראפט, אז זיין קינד וועט הערשן נאר אויף איין שבט (וואס איז למעשה יהודה און בנימין). ווי עס שטייט אין מלכים א' (פרק א' ח').