אנפאל
אַן אָנפֿאַל (אויף ענגליש: stroke, אויף העבערעיש: שבץ מוחי) איז ווען דאס בלוט קומט נישט צו געהעריג צום מוח, און דערפֿאר ארבעט נישט דער מוח געהעריג. אן אנפֿאל איז א מעדיצינישער עמערגענץ, דערפֿאר מוז א דאקטער מברר זיין אינגיכן.
דאס פאסירט ווען די ארטעריע וואס פירט בלוט צום מוח ווערט צו ענק אדער פארשטאפט, אדער ווען זי ווערט צעריסן און בלוט גיסו ארויס פון איר.
סימפטאמען
רעדאַקטירןדי קלינישע צייכענען פון אן אנפאל הייבן אן פלוצלונג, בדרך כלל אין סעקונדעס אדער מינוטן און אין מערסטע פעלער אנטוויקלונג זיך נישט. די סימפטאמען זענען אנהענגער אין וועלכן טייל פונעם מוח האט געכאפט דעם אנפאל. וואס גרעסער איז דער טייל פונעם מוח וואס מערע פונקציעס פונעם מענטש ווערן מעגלעך געשעדיגט. אין אלגעמיין ביי אן אנפאל שפירט מען ניש קיין קאפוויי.