קעטסקילס
די קעטסקילס איז א בערגיקער ראיאן אין צפון-מערב ניו יארק שטאַט וועלכע באשטייט פון זעקס קאונטיס. דער ראיאן פארמאגט באוואוינטע געגענטן דורכאויס דעם יאר אבער ווערט בעיקר פול אין די זומער מאנאטן דורך צענדליגער טויזנטער ניו יארקער איינוואוינער, אריינגערעכנט טויזנטער אידן פון אלע סארטן, וועלכע קומען דארט וויילן אין זומער הייזער אדער באנגעלאו קאלאניס.
געאגראפיע
רעדאַקטירןדי קעטסקיל בערג געפינען זיך צפון-מערב פון ניו יארק סיטי און זיצט אוף די מערב ברעגעס פון דעם האדסאן טייך. כאטש די קעטסקילס ווערן אנגערופן מאונטענס זאגן אבער היסטאריקער אז דאס איז נישט קיין געאגראפישע נאטורליכע מאונטענס נאר איז א פארמאציע פון בערג וועלכע האט ארויסגעשפראצט נאכדעם וואס די געגענט איז נאטורליך געטוישט געווארן דורך עקסטרעמע וועטערס אין א משך פון טויזנטער יארן.
די קעטסקיל בערג איז א טייל פון א גרעסערער שטרעקע פון בערג וועלכע רופט זיך די אלעגהעני פלאטא און ציט זיך אריין אין די שטאטן פון פענסעלוועניע, ווירדזשיניע, און אהייא. די זעלבע בערג ציען זיך אויך אריין אין טענעסי און אין קענטאקי אבער דארט ווערט עס אנגערופן די קאמבערלענד פלאטא. די בערג וועלכע גייען אונטער די נאמען קעטסקילס זענען אלע בערג וועלכע געפינען זיך צווישן די פאלגענדע זעקס ניו יארק קאונטיס: אטסעגאו, דעלעוועיר, סאליוואן, גרין, סטשאהאריע, און אלסטער. אויף דרום, צפון, און מזרח זענען די בערג באהאפטן צו אנדערע בערג אבער אויף די מערב זייט איז עס א פלוצלינגדיגער העכערונג וועלכע הייבט זיך אן הארט נאך די האדסאן טייך און איז זייער שיין.
די קעטסקיל בערג זענען באוואוסט צו פארמאגן אסאך שטיינער. עס איז פאראן א ווערטל וועלכע זאגט: "אויב די ערד אונטער אייך פארמאגט צוויי שטיינער פאר יעדע שטויב געפינט איר זיך אין די קעטסקילס". כאטש די בערג זענען שטיינערדיג און ווערט נישט פאררעכענט אלס שיינע בערג קעגן אנדערע איז עס אבער אן אויפגעכאפטער אפרוה ארט פאר צענדליגער טויזענטער ניו יארקער איינוואוינער וויבאלד עס געפינט זיך נישט ווייט פון ניו יארק סיטי.
די קעטסקיל בערג זענען ווילדע וואס טייטש אז עס גייט הויך און נידעריג זייער פלוצלינג. אין סך הכל פארמאגט עס ארום 30 פונקטן וואו די הויכקיט דעגרייכט מער פון 3,500 פיס. דער העכסטער פונקט געפינט זיך אויפ'ן סלייד מאונטן אין אלסטער קאונטי וועלכע דעגרייכט א הויכקייט פון 4,180 פיס.
ארום זעכציג פראצענט פון די קעטסקילס איז היינט צו טאג די אייגנשאפט פון פריוואטע מענטשן און ווערט מער און מער. דאס איבעריגע באלאנגט צו די סטעיט און צוויי שטחים זענען פארזיכערט פון פריוואטע פארוואלטונג, זיי זענען די קעטסקיל סטעיט פארק און די קעטסקיל פארעסט פריזערוו. די קעטסקיל סטעיט פארק איז א שטח פון 700,000 אקער לאנד און גייט אריין אין די פיער קאונטיס: דעלוועיר, גרין, סאליוואן און אלסטער. די פארק פארמאגט אויך פיר פון ניו יארק סיטי'ס רעזערווארן און איז די אייגענטום פון די סיטי. די קעטסקיל פארעסט פריזערוו לויפט דורך כמעט אלע געגענטער און באשטייט פון וועלדער וועלכע איז באשיצט פון פריוואטע אקופאציע.
אויסער די קאונטיס וואו מענטשן וואוינען איבערן יאר איז די איבעריגע נאר א זומער רעזארט ארט פאר דייטשע, טשעכישע, און אידן וועלכע קומען ארויס דארט נאר אין די זומער מאנאטן זינט די 940' יארן. גאר אסאך פון די ערטער ווערן שוין היינט אויפגעהאלטן אויך דורך די ווינטער כדי צו ברענגן ביזנעס פאר סקיאינג און אנדערע שניי ספארטן וועלכע קומען דארט פאר דורכאויס די ווינטער.
אידן אין די קעטסקילס
רעדאַקטירןאידן זענען די דריטע גרעסטע באזעצער אין די קעטסקילס דורכאויס דער זומער און זייער היסטאריע גייט צוריק 65 יאר. די אידן קומען אין די געגענטער וועלכע ווערט גערופן די בארשט בעלט וועלכע לויפט אריין אין די סאליווען און די אלסטער קאונטיס. די געגענטער זענען באוואוינט דורך אשכנז'ישע אידן, פון פרייע ביז היימישע, דורכאויס עטליכע מאנאטן אין דער זומער. די אידן וואוינען אין האטעלס און אין באנגעלאו קאלאניס אינאיינעם מיט צענדליגער זומער-קעמפס פאר די קינדער. די געגענט ווערט אויך אנגערופן די אידישע אלפס אדער סאלאמאן קאונטי דורך נישט אידישע באזוכער וועלכע קומען אהין דארט וויילן אין דער זומער.
די באוואוינטסטע אידישע רעזארט ערטער זענען: בריקמאנ'ס, בראונ'ס, די קאנקארד, גראסינגערס, קוטשערס, די ניוועיל, די פיינס, די ראליי (א יודישע האטעל פאר א גאנץ יאהר), און די ווינסדאר. די היימישע אידן זענען מיינסטענס צעשפרייט אין טיילן פון סאליווען און אלסטער קאונטיס אויף א שטח פון 25 ביי 15 מייל. רוב היימישע באנגעלאו קאלאניס און קעמפס געפינען זיך אין די געגענטער פון מאנטיסעלא, סאוט פאלסבורג, ווייט לעיק, וואדבוירן, ליבערטי, וואודרידזש, מאונטענדעיל, סוואן לעיק, גרינפיעלד פארק און נאך.
יודישע שטעטלעך א גאנץ יאהר אין די קעטסקילס
רעדאַקטירן- די ישיבה גדולה זכרון משה געפונט זיך אין סאוט פאלסבורג, און ארום זיי געפונען זיך א גאנצע קהילה פון איבער הונדערט משפחות בני תורה וועלכע לערנען און ציהען חיונה פון די ישיבה.
- קרית וויזניץ אין קייאמישע לעיק פארמאגט א קנאפע זיבעציג משפחות, וועלכע טייל פון זיי ציהען חיונה פונעם ארטיגן וויזניצער ישיבה גדולה.
- קהל יראים וואודרידזש, דער רב איז רבי יצחק לעבאוויטש, באקאנט אלס וואודרידזשער רב.
עס זענען פארהאן פיר כשר'ע גראסעריס וועלכע זענען אפן א גאנץ יאהר. אזוי אויך איז דא א מילכיגער רעסטאראן ביי די פיר-ווינקלען און א הארדווער סטאר אויף מעין סטריט אין סאוט פאלסבורג.
דער נאמען
רעדאַקטירןדער נאמען קעטסקילס איז ערשט באקאנט געווארן אין דעם 19'טן יאר-הונדערט נאכדעם וואס עס האט געווינען איבער עטליכע אנדערע נעמען. צום ערשט האבן די פארמער וועלכע האבן דארט געוואוינט דאס גערופן די פלעביען און שפעטער האבן אסאך פארגעשלאגן מען זאל דאס רופן די בלויע מאונטענס אלס א דריטע קאליר פון די דערנעבנדיגע גרינע מאונטענס אין ווערמאנט און די ווייסע מאונטענס אין ניו העמפשיר.
עס זענען פארהאן פארשידענע טעאריעס נאך וואס עס הייסט די קעטסקילס. אט זענען עטליכע פון זיי:
1) צו ערשט האבן געוואוינט דארט די אינדיענס און דערנאך די האלאנדישע וועלכע האבן גערופן די אינדיען שיפן קעט קעסטיל.
2) דער נאמען איז אין עהרע פאר דזשעיקאב קעט וועלכע איז געווען א גרויסער ריעל עסטעיט מאגנאט אין די געגענט מיט 200 יאר צוריק.
3) א געוויסע שיף וועלכע האט זיך גערופן די קעט איז ארויפגעשווימען אויפ'ן אויבערפלאך נאכ'ן דערטרונקען ווערן הארט בעפאר דער נאמען איז אויסגעקליבן געווארן. לויט די האלענדישע שפראך קען דאס אויך מיינען א געוויסע טייל פון א שיף וועלכע מאכט די טעאריע אביסל שטערקער.
4) שפיל ערטער פון די האלענדער האבן זיך גערופן קעטסבען און דער נאמען איז געבויעט אויף יענע יסוד.
וויבאלד עס איז נישט קלאר פון וואו דער נאמען שטאמט איז פאראן עטליכע וועגן ווי אזוי מענטשן שרייבן דאס. נאך היינטיגע צייטן איז פאראן דריי ערליי וועגן ווי אזוי דאס ווערט אויסגעלייגט, זיי זענען: CATSKILL, CAATSKILL, און CAATERSKILL.
היסטאריע
רעדאַקטירןעס איז נישט קלאר זינט ווען די אינדיענס האבן דארט געוואוינט. די האלענדער זענען דארט אנגעקומען אין יאר 609' ווען זי זענען מיטגעפארן מיט הענרי האדסאן צו באזוכן די געגענטער. יארן שפעטער האבן די בריטישע איינגענומען די גאנצע געגענט און אסאך מענטשן האבן זיך אהין געצויגן נאכדעם וואס עס איז געווען שמועות אז עס איז פאראן דארט אסאך גאלד, וועלכע איז קיינמאל נישט געטראפן געווארן.
אינעם 16'טן יאר-הונדערט האט אויסגעבראכן קריגערייען צווישן די איינוואוינער און נאך עטליכע יאר פון אמפערייען איז מען געקומען צו אן אפמאך וועלכע איז גערופן געווארן די הארדנבערג פאטענט. אבער דער אפמאך האט נישט אנגעהאלטן לאנג און עס זענען פארגעקומען אינערליכע קאנפליקטן פאר לאנגע יארן. אין יאר 770' ווען עס איז אנגעקומען די אמעריקאנער רעוואלוציע, און א קריג האט אויסגעבראכן צווישן די קאלאניסטן און די בריטישע ארמיי זענען די איינוואוינער פון די קעטסקילס געווען צעטיילט און האבן זיך געקריגט צווישן זיך. עווענטועל האבן די בריטישע אויפגעשטעלט א לאקאלע ארמיי פון יונגע איינוואוינער וועלכע האבן איינגענומען כמעט די גאנצע קעטסקילס און איז דאן געווארן אן אפיציעלער טייל פון די שטאט ניו יארק.
היסטארישע האטעלן
רעדאַקטירןדי קעטסקליס איז באוואוסט מיט אירע פיער סימבאלישע האטעלן וועלכע האבן סערווירט צענדליגער טויזנטער רייכע מענטשן וועלכע פלעגן ארויסקומען צו די קעטסקילס אין די זומערס פון 10 ביז 150 יאר צוריק. קיין איינע פון די האטעלן עקזיסטירן שוין מער נישט אבער זיי זענען פארבליבן א טייל פון די קעטסקילס היסטאריע. זיי זענען די קעטסקיל מאונטען הויז, דער גרענד האטעל, גראסינגער'ס האטעל, און האטעל קעטערסקיל.
די קעטסקיל מאונעטן הויז איז געווען די ערשטע האטעל אין די קעטסקילס וועלכע איז נאך געבויט געווארן אין יאר 823' און האט נישט געהאט קין איין קאקורענט ביז'ן יאר 880'. וויבאלד די האטעל האט זיך געפינען נעבן א רעילראוד האט זי געהאט א שטארקע הצלחה. אין די אנפאנג יארן פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט האט מען באזייטיגט רוב רעילראודס ווייל עס איז געווען צו טייער צו אפערירן און צו ווייניג מענטשן האבן זיך באנוצט דערמיט. איינמאל די רעילראוד איז מער נישט געווען איז די האטעל צעפאלן און וויפיל מאל מען האט פרובירט דאס אויפצולעבן איז דאס נישט געגאנגען. אין די ענדע האט די סטעיט אוו ניו יארק דאס אפגעקויפט נאך די צווייטע וועלט מלחמה און וויבאלד די געביידע איז שוין געווען פארניכטעט פון שלעכטע וועטערס האט מען דאס פארברענט צו אש.
די גרענד האטעל איז געבויעט געווארן אין יאר 881' מיט 418 צימערן נישט ווייט פון די סלייד מאונטען אין מאנקע היל. די געבוי פון דעם האטעל איז געווען נאכגעמאכט דער באקאנטער אריענטל האטעל אין קאני איילענד, ניו יארק, (שטייט שוין היינט אויך נישט). די האטעל איז געבליבן אין ביזנעס ביז'ן יאר 966' ווען די תקופה פון די רייכע האטעלן האט זיך געענדיגט.
די גראסינגער'ס האטעל איז געווען דער גרעסטער האטעל אין די קעטסקילס וועלכע איז געפענט געווארן אין יאר 919'. די אידישע פאמיליע גראסינגער האט געליטן ביזנעס דורכפעלער און האבן באשלאסן צו בויען א כשר'ע האטעל פאר אידן. די ביזנעס האט געוואקסן שנעל און ביז'ן יאר 972' איז די האטעל באשטאנען פון פינעף-און-דרייסיג געביידעס איבער 1200 אקער לאנד און האט פארמאגט פער זומער 150,000 געסט. אלע עסן איז געווען כשר אבער אויך גוים פלעגן אהין קומען פאר די געשמאקע סערוויס. די האטעל האט אנגעהאלטן ביז'ן יאר 986'. אויפ'ן ארט איז היינט פארהאן גרויסע אידישע קאלאניס.
די קעטערסקיל האטעל איז געווען גאר א רייכער האטעל וועלכע איז געשטאנען צווישן די יאר'ן 881' ביז 924'. נאר גאר רייכע מענטשן האבן זיך געקענט ערלויבן צו דינגען דארט א צימער און ווען די רייכע האבן אנגעהויבן פארלאזן די קעטסקילס איז דער האטעל אונטערגעגאנגען.
אטראקציע ערטער
רעדאַקטירןדי קעטסקילס איז באוואוסט מיט אירע אינטערעסאנטע מוזעאומס וועלכע זענען צעשפרייט אין אלע ווינקלען און ברענגען צענדליגער טויזענטער באזוכער פער יאר. באקאנט איז די רעילוועי מוזעאום אין פאנעיסיע וועלכע אנדעקט די היסטאריע פון די רעילוועי סיסטעמען וועלכע זענען געווען אין די קעטסקיל בערג יארן פריער. אין מט. פלעסענט איז פאראן א רעילראוד רייד וועלכע טראגט מיילן אין די קעטסקילס צייגנדיג די קעטסקילס היינטיגע לעבן און אמאליגע צייטן. די שטאט קינגסטאן פארמאגט אויך א מוזעאום פון איר היסטאריע וועלכע איז זייער אינטערעסאנט פאר די וואס זענען אינטערעסירט אין די היסטאריע פון די קעטסקילס.
אין די שטעטל סאגערטיס איז פאראן א העכסט אינטערעסאנטער אויסשטעלונג וועלכע רופט זיך "אפוס 40". דארט זענען אויפגעשטעלט פארשידענע קונצליכע ווערק וועלכע איז געמאכט געווארן דורך אן איינצעלענעם מענטש. די וואס פארשטייען צו ארכיטעקטור דארף דאס זיין גאר אינטערעסאנט.
קעטסקיל געים פארעם נעבן די טרואוועי ביי עקזיט 20 איז אן אינטערעסאנטער פארק פאר קינדער מיט איבער 2,000 חיות, בהמות, און עופות, צעטיילט צו 150 מינים. די פארק איז שוין אפען זינט 933' און מיליאנען מענטשן האבן שוין באזוכט דארט איבער די יארן.
זום פלום איז דער גרעסטער וואסער פארק אין די קעטסקליס מיט אסאך שפילערייען פאר יעדן עלטער. עס געפינט זיך ביי אויסגאנג 21 נישט ווייט פון דורהאם. נאך אן אינטערעסאנטע פלאץ איז די הענדפארד מיל וועלכע אנטהאלט א פארצייטישע מיל וועלכע ארבעט נאך. דאס פלאץ געפינט זיך אין דעלוועיר קאונטי.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- פארשידענע וועגן צו און פון די קעטסקילס. היידפארק (ארכיווירט 10.03.2007 ביי דער Wayback Machine)