סאטמאר מחלוקת

א מי בראש מחלוקה
(אַריבערגעפֿירט פון מחלוקת סאטמאר)

א ברודער קריג צווישן דעם עלטערן זון ר' אהרן טייטלבוים און זיינע חסידים די ארונים, מיטן יונגערן ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים מיט זיינע חסידים זאלוינים, ווער עס האט איבערגענומען די פירערשאפט פון סאטמאר חסידות מיט אלע מוסדות און חסידים.

די צוויי ברידער אין אַלטע צייטן...
 
ר' אהרן אין א שמועס מיט זיין טאטע אין יאר תשמ"ט

ביזן יאר תשנ"ט, איז געווען די אנגענומענע מיינונג צווישן סאטמארער חסידים, אז ר' אהרן גייט זיין דער צוקנופטיגער ממלא מקום פון זיין טאטע און אז ער גייט איבערנעמען די גאנצע סאטמארער אימפעריע נאך זיין טאטע'נס פטירה, צוליב ווארשיינליכע סיבות. איינס, ער איז דאך דער עלצטער זוהן, צוויי, אלס רב אין קרית יואל, האט ער פארנומען די העכסטע פאזיציע אין סאטמאר נאך זיין טאטע, דריטנס, עס איז נישט געווען קיין שום ערנסטע רעדע פון א צווייטע קאנדידאט. ועל כולם, דורכאויס די יארן פלעגט זיין טאטע שטענדיג ארויסווייזן א ספעציעלע שעצונג צו ר' אהרן און אנדייטן אז ער וויל אז נאר ר' אהרן זאל זיין זיין ממלא מקום.

אין יאר תשנ"ו איז דער רבי אריינגעפאלן אין שפיטאל און ער האט געמוזט דורכגיין אן אפעראציע אויף די נירן. איידער די אפעראציע האט דער רבי אריינגערופן אלע זיינע קינדער, יעדן באזונדער, און זיי באפוילן אז ער וויל אז ר' אהרן זאל זיין זיין נאכפאלגער און קיינער זאל נישט זיין קיין שטער קעגן איהם. אויך האט דער רבי אמאל זיך אויסגעדרוקט אז ער "איז בלויז א בריק צו זיין זוהן ר' אהרן", מיינענדיג צו זאגן אז ער איז לעולם נישט ראוי צו זיין דער ממלא מקום פון זיין פעטער ר' יואל אבער ר' אהרן איז יא ראוי, דעריבער איז ער א "בריק" צווישן ר' יואל און ר' אהרן.

דער רבי'ס געזונט צושטאנד

רעדאַקטירן

אין יאר תשנ"ט האט דער צוקונפט פון ממלא מקום אין סאטמאר זייער פלוצלינג און דראמאטיש זיך געטוישט. עס איז פלוצלינג אריינגעקומען אין בילד א צווייטער קאנדידאט און א קאנקורענץ קעגן ר' אהרן. דאס איז דער דריטער זוהן פון רבי'ן, רבי זלמן לייב.

עס ווערן אנגעגעבן פארשידענע אורזאכן און פאסירונגען וואס האבן זיך אנטוויקלט, וואס האט צושטאנד געברענגט צו דער ערווארבונג פון ר' זלמן לייב אלס א קעגנער פון ר' אהרן. דאס ערשטע איז דער געזונט צושטאנד פון דער רבי, וואס האט צוביסלעך אנגעהויבן צו נאכלאזן און אפגעשוואכט ווערן, אנגעהויבן פון בערך דעם יאר תשנ"ו - תשנ"ז.

זינט בערך תשנ"ז האט דער רבי אויפגעהערט צו האלטן רעדעס אין די עפענטליכקייט, צוליב דעם וואס ער האט געהאלטן אין איין איבערזאגן זיינע זאצן נאכאמאל אין נאכאמאל, און דאס האט געברענגט א בזיון פאר איהם. אויך, ווי שפעטער אין די יארן, האט ער ווייניגער זיך געקענט קאנצעטרירן צו האלטן א שמועס מיט א מענטש, אין געוויסע צייטן פלעגט ער איבערפרעגן די זעלבע פראגעס. מיט דעם אלעם, די רעגלמעסיג רוטין פון וואס ער איז געווען געוואוינט פון אלס יוגנט האט ער יא געקענט פונקציאנירן אפי' אין די גאנץ לעצטע יארן, ווי למשל דאווענען פארן עמוד, אדער מסדר קידושין זיין און ענליכס.

איחוד התלמידים

רעדאַקטירן

פון ווען דער רבי'ס געזונט צו שטאנד האט אנגעהויבן צו נאכלאזן, איז דער רבי געווארן ווייניגער און ווייניגער אקטיוו, און דער מאכט איבער סאטמאר האט צוביסלעך אנגעהויבן צו אריבערגיין צו ר' אהרן. אין יענע תקופה איז געגרינדעט געווארן דער ארגענעזיציע, איחוד התלמידים, ספעציעל די אינגעלייט. די ארגענעזאציע, פלעגט צו ארגענאזירן שבת התוועדות אין אלע סאטמארער צענטערן איבער די וועלט, ווי ר' אהרן פלעגט קומען צו פארן אין פראווען שבתים מיט סאטמארער אינגעלייט. אויך פלעגן זיי צישטעלן סאציאלע סערוויסעס פאר די מעמבערס, ווי למשל, ביליגע פסח פראדוקטן, כפרות, ארבעה מינים, אין ענליכס.

קאלטע קריג מיט משה פרידמאן

רעדאַקטירן
 
ר' אהרן טרעפט זיך מיט זיין טאטע ביי א פדיון הבן, אין יאר תשס"א, איינס א האלב יאר נאך וואס די מחלוקה מיט ר' זלמן לייב האט אויסגעבראכן, דער גבאי, משה פרידמאן, שטייט אינדערמיט.

באותו זמן האט צוביסלעך אונטער די קוליסן זיך אנגעהויבן צו אנטוויקלען א קאלטע קריג צווישן ר' אהרן און דער רבי'ס הויפט גבאי, משה פרידמאן, אדער ווי מ'רופט איהם אין סאטמאר, "משה גבאי". דער גבאי איז אלס געווען דער נאנטסטער מענטש צום רבי'ן. וואס דאס האט איהם אטאמאטיש געגעבן א שטארקע מאכט אין סאטמאר. אויך איז דער גבאי אנגענומען צו זיין א שטארק קוראזשפולער, עקשנות'דיג און כיטרע מענטש. דער סיבה וואס האט געברענגט צו דעם שטרייט איז נישט קלאר. די אהרונים ארגומענטירן אז עס איז פשוט געווען זיין פערזענליכער אינטערעסע, און זיין גליסטענישט נאך מאכט און געלט, ווייל ר' אהרן האט געפירט זיין ווירטשאפט מיט די אויסשליסונג פון דעם גבאי, וואס דאס האט פארדראסן דעם גבאי, אז זיין צוקנופטיגער מאכט ווערט דא אנגעוואוירן. די אהרונים באריכטן אז דער גבאי'ס נאנטסטער קאנפידאנט און שותף, אליעזר קעסטנעבוים, האט אמאל זיך אויסגעדרוקט "אדער בין איך דער פילאט אדער וועט דער עראפלאן קראכן", מיינענדיגע צו זאגן אז אויב איז דער גבאי נישט אין מאכט, וועלן זיי אנווערן אלעס אויף דער וועלט און זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, צו פארזיכערן זייער מאכט אין סאטמאר.

פון דער אנדערער זייט ארגומענטירן די זאליס, אז דער גבאי איז בכלל נישט געווען באזארגט און עס האט איהם נישט אינטערסירט קיין מאכט און פירערשאפט. נאר די איגנאריזם און גרויסהאלטערישקייט פון ר' אהרן וואס האט איהם אזוי פארפיינפייטעט די אלע יארן ביי אזויפיל מענטשן אין סאטמאר האט דערגרייכט דעם גבאי מיט זיין שטאב. אזוי אז דער גבאי האט אנגעהויבן איינציזעהן אין די אומענטשליכע באנעמונג פון ר' אהרן. אויך ארגומעטירן די זאליס אז די פריצייטיגע רביסטעווע געפראוואכעטס און פירערשאפט פון ר' אהרן בשעת זיין טאטע לעבט נאך, האט אויך געטון פארדראסן דעם גבאי, ווייל דער גבאי האט געהאלטן אז עס איז א פחיתת הכבוד קעגן זיין טאטע. טייל זאליס גייען אזוי ווייט און עקסטרעם, און טענה'ן אז דער רבי זעלבסט האט אויך אנגהויבן צו שפירן א שלעכטן טעם אין ר' אהרן און אנגעהויבן צו איינזעהן אז ר' אהרן איז אפשר נישט דער בעסטער קאנדידאט אלס ממלא מקום. פארשטייט זיך אז דאס ווערט שטארק אפגעשלאגן פון די אהרונים, טענה'נדיג אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דער רבי אויף דער עלטער, זאל זיך אזוי עקסטרעם אויסדרייען זיין מיינונג, אין דער צייט וואס עס האט גארנישט אויסערגעווענליך פאסירט וואס זאל דאס ציברענגן.

ר' אהרן אין וומ"ס

רעדאַקטירן

בערל פרידמאן, דער ראש הקהל פון די אהרונים קהלה, האט געהאט פארציילט אדר תשס"ו, ביי א געוויסע אהרונישע אסיפה, אז אין ווינטער תשנ"ט האט איהם דער רבי פערזענליך אנגערופן אויפן טעלעפאון, און געבעטן אז ער וויל אז ר' אהרן זאל אריבערקומען וואוינען אין וויליאמסבורג פאר געוויסע צייטן אין יאר איהם ארויסהעלפן מיט די הנהגה אין וומ"ס, אויך האט ער פארציילט אז תיכף נאך וואס דער רבי האט דאס פארלאנגט האט ער קאנפערירט מיט יעקב כהנא, דער ראש הקהל פון די זאלונישע קהלה, און יעקב כהנא האט איהם פארציילט אז דער רבי האט איהם אויך גערופן מיטן זעלבן פארלאנג, נאך פארציילט ר' בערל פרידמאן, אז מ'האט שוין געהאט אויסגעארבעט מיט ר' אהרן זעלבסט אז ער גייט אריינקומען קיין וויליאמסבורג פאר איין מאל א וואך, און אויך אפאר שבתים דורך דעם ווינטער. די זאליס האבן עס דערווייל נאך נישט אפגעלייקנט.

די מחלוקה עקספלאדירט!

רעדאַקטירן

גאנץ אנהויב האט די קריג אויסגעקוקט צו זיין זייער שטיל און אומשעדליך, אויף אזוי ווייט אז עס זענען געווען אסאך מענטשן אין סאטמאר וואס זענען געווען אזוי נאיוו אז זיי האבן נישטאמאל געגלייבט אז עס עקזיסטירט אזא מחלוקה.

חוה"מ פסח תשנ"ט האט די מחלוקה עקספלאדירט אין די עפנטליכקייט מיטן גרעסטן אימפעט, און מיט ווייטגרייגעכנדיגע קאנצעקווענצן. יענעם חוה"מ האט דער רבי נאכאמאל געבעטן ר' אהרן ער זאל אננעמען ארויסצוהעלפן און עס האט שוין געהייסן אז ביינאכט גייט פארקומען די עמטליכע דרשה פון ר' אהרן די חסידים געדענקן נאך ווי מען איז דורכגעגאנגען דען רבי'ן אפציגעבן די מזל איז און דער רבי האט איז געווען זייער פרייליך אז ר' אהרן קומט קיין וויליאמסבורג ווען דער גבאי (וואס איז פערזענליך צעקריגט מיט רבי אהרן) איז געוואר געווארן האט ער שנעל אנגעהויבן צוריקצידרייען דאס רעדל אז די גאנצע דרשה איז אפגערופן געווארן.

אנשטאט דעם האט דער גבאי געברענגט רבי זלמן לייב פון ירושלים מיט צוויי חדשים שפעטער אז ער זאל זיין רב אין וויליאמסבורג; די אהרונים זאגן אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דער רבי זאל אים האבן צוריקגערופן נאכדעם וואס ער האט אים נארוואס געשיקט קיין ירושלים.

עיקר שכחתי

רעדאַקטירן

פון ווען די מחלוקה האט אויסגעבראכן איז דער עיקר ארגומענט פון די אהרונים געווען אז די גבאים וואס זענען געשוואוירענע שונאים פון ר' אהרן, מאנאפאלירן און קאנטראלירן דעם רבי'ן, און פירן אלעס אויף זייער אייגענע באשלוסן.

איינע פון די אינצידענטן וואס האבן שטארק אנגעצייגט אויף דעם ארגומענט האט זיך אפגעשפילט ביים הכתרה צערעמאניע פון ר' זלמן לייב חשון תש"ס. דאמאלטס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט רעדן לכבוד המאורע, דער רבי האט גערעדט א שטיקל וויילע און גארנישט דערמאנט פון ר' זלמן לייב, דער עולם איז געזיצן געשפאנט ווארטענדיג ווען דער רבי גייט שוין רעדן פון די הכתרה, דער רבי האט געענדעגט רעדן אן דערמאנען א ווארט און זיך אראפגעזעצט. דער עולם מיט אלע רבנים האבן זיך אנגעקוקט איינער דער אנדערן מיט וואונדער און געפלעפט, נישט וויסן צו לאכן אדער וויינען. ביז דער גבאי איז צוגעגאנגן צום רבי'ן און עפעס אריינגעשעפשעט אין די אויער, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויסרופענדיג "עיקר שכחתי!" (די הויפט זאך האב איך פארגעסן) און ער האט אנגעוואונטשן רבי זלמן לייב אז ער זאל מצליח זיין מיט דער רבי'סטעווע.

די אומ-ערשיינונג פון רבי'ן צו שמחות און מסיבות

רעדאַקטירן
 
ר' אהרן טייטלבוים מיט זיין טאטע אין יאר תשס"ד ביי די שידוך שליסן פון זיין עלצטע אייניקל, רויזא בלומא

איינע פון די מערסטע דראמאטישע אין קריאזע פאסירונגען פון די מחלוקה איז געווען די אומערשיינונג פון רבי'ן צו שמחות און מסיבות. איינע פון די ערשטע מאל וואס עס האט פאסירט איז געווען אלול תש"ס ווען ר' מענדל טייטלבוים, דער עלצטער זוהן פון ר' אהרן, האט בר מצוה געמאכט זיין זוהן. עס איז געווען דער ערשטער בר מצוה אור אייניקל פון רבי'ן. יענעם שבת האט ר' מענדל געדאווענט צוזאמען מיטן רבי'ן אין וויליאמסבורג, ווי מען פירט זיך אז דער בר מצוה בחור איז עולה לתורה, אבער וויבאלד דער גבאי האט קאנטראלירט די עליות האט דער בר מצוה בחור נישט באקומען קיין עלי', און צום סוף ביי מפטיר איז געווען געשלעגרייען.

זייט די מחלוקה איז דער רבי נישט געקומען צו קיין שמחות פון דריי קינדער, ר' אהרן, א זוהן ר' שלום אליעזר און אויך צי ר' בעריש מייזליש אן איידעם.

אויך יעדע דינער וואס איז געווען פאר א מוסד אינטער די הערשאפט פון ר' אהרן איז דער רבי נישט געקומען, ווי למשל בארא פארק אין קרית יואל.

אויך ווען די אויוונדערמאנטע קינדער און אייניקלעך האבן געוואלט באזוכן פערזענליך דעם רבי'ן צו אינדערהיים אדער אין שפיטאל האבן זיי אלס געדארפט אויסשטייט טשעפערייען און רדיפות פון די גבאים.

ביי יעדער שמחה האט רבי אהרן זיך אפגרעדט און געוויינט אז מ'לאזט נישט זיין טאטען זיך באטייליגן צו שמחות.

די זאליס טענה'ן אבער אז דאס אלעס איז זיך ר' אהרן אליין שולדיג ווייל ער האט געווידערשפעניגט אין זיין טאטע מיטן גיין אין געריכט, און עס ווענד זיך נאר אין איהם אז זיין טאטע זאל זיך באטייליגן, אויב ער גייט ארויס פון געריכט.

אויך טוען די זאליס אנמערקען אז ר' אהרן איז געווען דער ערשטער צו פירן פאליטיק מיט שמחות, ווי זיי געבען אן א געשיכטע אז ער האט אין יאר תשנ"ח נישט געלאזט זיין טאטע'ן גיין צי די בר מצוה פון זיין אייניקעל ר' ליפא די זוהן פון זיין ברודער ר' זלמן לייב ווען ר' זלמן לייב איז געווען רב אין ירושלים, ר' אהרן האט נאך דעמאלטס געהאט געהעריגע צוטריט ביי זיין טאטע'ן אין שטוב, זיין טאטע האט שוין געהאט ציגעזאגט פאר זיין אייניקעל און פאר זיין זוהן אז ער גייט פארען צי די בר מצוה, די קהילה אין ירושלים האט זיך שוין געגרייט דערצו, איז ר' אהרן ספעציעל אראפגעפארען קיין פלארידע ווי זיין טאטע איז דעמאלטס געווען אויף אפרי און ער האט אנגעדרייט אלע וועגן אז זיין טאטע זאל נישט פארן און ער האט דעמאלטץ אויסגעפירט און זיין טאטע איז נישט געפארען. דעריבער, ארגומענטירן די זאליס, אז עס איז פארשטענדליך אז דאס האט אים צירוקגעקלאפט שפעטער ווען ער האט פארלוירען די צוטריט צו זיין טאטע'ן אין שטוב.

די אהרונים זאגן אז די מעשה איז פאלש און אומאקוראט, נאר אדרבא זיי געבן אן א פארקערטע געשיכטע, ווען ר' זלמן לייב האט חתונה געמאכט איינע פון זיינע קינדער אין וויליאמסבורג האט זיין רביצין וואס איז פון א בני יואל'שע משפחה, איר ברודער איז הרב מאיר שפיץ אן אויסגערופענער בני יואל, האט זי אנגעדרייט אז זיין קינד זאל נישט גיין זיך לאזן בענטשן פונעם זיידען די סאטמאר רבי, אינעם טאג פון די חופה, צוליב וואס דער רבי האט געטשעפעט איר ברודער, דער רבי האט דאס זייער באנג געטאן און האט געסטראשעט אז ער גייט נישט צו די חתונה. איז דעמאלטס ר' אהרן אריין צו זיין טאטען און זיך געבעטן בתחנונים אז ער זאל קומען צו די חופה, און בארואיגט זיין געוויסן.

די זאליס לייקענען די מעשה.

די איין איינציגע מאל וואס דער רבי האט זיך באטייליגט ביי א שמחה פון ר' אהרן'ס משפחה איז געווען ביי די שידוך שליסונג פון זיין ערשטן אייניקל די טאכטער פון זיין זוהן ר' מענדל. די שמחה איז געפראוועט געווארן ביים רבי'ן אינדערהיים מיט דער באטיילגונג פון בלויז די משפחה. דער גבאי איז נישט געווען אינעם אנוועזענהייט. דעמאלטס האבן די אהרונים פובליצירט בילדער ווי דער רבי איז זייער פריינטליך צו ר' אהרן, צו צייגן פאר די וועלט אז דער רבי האט גארנישט פערזענליך קעגן ר' אהרן.

שלאכט איבער די קהלה פארמעגנס אין וויליאמסבורג

רעדאַקטירן
 
די ערשטע מאל וואס די ברודער טרעפן זיך זינט די מחלוקת. ביים שבעה פונעם אלעסקע רבי זאל זיין געזונט.

אין די זעלבע צייט איז און די צוויי אנדערע גרעסטע סאטמארער צענטערן, קרית יואל און בארא פארק אויך אנגעגאנגען רענגלערייען איבער די אייגענטימערשאפט. לויט טייל אנאליסטן זענען די ווערד פון פארמעגנס אין די צוויי צענטערן מער ווערד ווי וויליאמסבורג.

אין קרית יואל בנוסף צו די קהלה פארמעגנס איז דארט דא א פאליטישע רעגירונג וואס באשטייט פון א מאיאר און 4 טראסטיס.

אין ביידע צענטערן האבן די אהרונים די פולע קאנטראל.

אין קרית יואל ווי די רעגירונג ווערט באשטימט דורך וואלן, די ערשטע מאל וואס עס איז פארגעהאלטן וואלן זינט די מחלוקה, איז עס געווען זייער היציג די קאמפיין, אבער אלע זאליס פארלוירן, און די גאנצע רעגירונג איז לויטער אהרונים.

אין בארא פארק האבן די זאליס, סיון תשס"ו גערופן צו די"ת די אהרונים, און בערך די זעלבע צייט אריין אין געריכט, אבער זענען דורכגעפאלן אין געריכט און די אהרונים זענען די פירערס.

און ירושלים, וואס איז אביסעל קלענער ווי בני ברק זענען די זאליס בעה"ב.

אין מאנטרעאל איז געווען וואלן און די קהלה שבט תשס"ז. נאכדעם וואס עטליכע ארונים האבן פרובירט נעמען די סאטמערע געביידעס אויף זייער נאמען אבער דער אקט איז פארשריגן געווארן דורכן רב פון די קהלה, רב דוד דוב מייזליש, ווי ער האט עפענטליך געזאגט אז ר' אהרן האט איהם פערזענליך געזאגט אז ער פארדאמט דאס, און מ'האט פאהאדנדעלט און מחליט צוריק צו שטעלן אלעס אויף די נאמען פון די קהלה און עס איז באשטימט געווארן צו מאכן וואלן פאר א נייע קהל. עס זענען ארויסגעשטעלט געווארן צוויי ליסטעס. איין ליסטע איז געווען א צוזאמענשטעל פון דריי זאלונים, דריי ארונים און איין נייטראלער, אינדארסירט דורכן רב, די צווייטע ליסטע איז געווען א בלויזע ארונישע ליסטע, און די באלאנסירטע ליסטע האט געווינען 118 קעגן 98. און די קהילה האט עמטליך אויפגענומען ר' מרדכי קאהן א זאלוני אלץ ראש הקהל.

אין לאנדאן האט שוין געהאט עקזיסטירט צוויי גרויסע שוהלן, נאך איידער די מחלוקה, איינס דער עלטערע אויף קעזענאוו ראוד, שפעטער ווען דער ביהמ"ד איז אויסגעוואקסן האט מען געבויט א נייע און א גרעסערע שוהל אויף קלעפטאן-קאמאן ראוד, ווי דער רב דאווענט. דער אלטער שוהל איז ווייטער געבליבן אין באניץ וויבאלד עס איז און אן אנדערן געגענט. שפעטער ווען די סאטמארער מחלוקה האט אויסגעבראכן, האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז דער אלטער שוהל איז אריינגעפאלן צו די זאליס און דער נייער שוהל צו די אהרונים.

די מוסדות אין לאנדאן, איז אזוי אויסגעשטעלט אז די חדר און די מיידל סקול איז א באזונדערע הנהלה מיט א באזונדער בעלות. האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז די חדר פירן די זאליס און די סקול פירן די אהרונים.

די איבעריגע צענטערן זענען אדער אומקלאר און אומבאשטימט, אדער זענען זיי מינדערוויכטיג.

אין וויליאמסבורג און אין מאנסי האבן די אהרונים געעפנט א נייע שפלינטער קהילה און מוסדות.

אין קרית יואל און אין בארא פארק האבען די זאליס געעפנט א נייע שפלינטער קהילה און מוסדות.

נאך דער פטירה פון ברך משה

רעדאַקטירן
 
דער צוואה פון די זאליס וואס זיי זאגן אז ר' משה טייטלבוים האט אין יאר תשס"ב אונטערגעשריבן אז ר' זלמן לייב טייטלבוים זאל זיין זיין נאכפאלגער אין וויליאמסבורג

תיכף נאך די פטירה פון דעם פריערדיגן רבי ז"ל, ניסן תשס"ו, האבן די חסידים פון ביידע זייטן פראקלאמירט אז זייער אויסדערוועלטער רבי, איז לויט די צוואה פון ר' משה טייטלבוים דער ממלא מקום פון זיין טאטע. צום ערשט האבן די אהרונים געזאגט אז זיי האבן א צוואה בעל פה, פון יאר תשנ"ו, ווי דער רבי האט איבערגעגעבן די הנהגה פאר ר' אהרן, דאס איז שפעטער אנאנסירט געווארן דורך ר' הירצקא צוויבל, דער ראש הכולל פון דער סאטמארער כולל אויף קליימער סטריט, וואס לויט זיין עדות'שאפט איז ער געווען דער איש מיהאמן, מיט וועם דער רבי האט זיך דורכגעשמועסט האקעלע און וויכטיגע עדות'שאפטן. רב צוויבל האט פארגעליינט די צוואה ברבים ביי א גרויסע כינוס פון אהרונים אין וויליאמסבורג. די עדותשאפט איז שפעטער קאראבארירט געווארן ביי מערערע יחידים, ר' ארי' לייב גלאנץ און ר' ישרא' חיים הורוויץ, דער סאטמארער רב אין מאנטשעסטער. פון די אנדערע זייט, אן עפענטליכער פארליינונג פון א שפעטערע ווערסיע פון די צוואה, טוט באשטעטיגן אז ר' משה האט בוחר געווען ר' זלמן לייב צו זיין זיין נאכפאלגער. די אהרונים שלאגן דאס אפ זאגענדיג אז עס איז זייער שטארק מעגליך אז דער רבי האט געליטן פון נאכווייען פון די אלצהיימערס מחלה בשעת ער האט דאס אינטערגעשריבן, און אויך אז ער איז פארפירט געווארן מיט געוואלד דורך זיינע גבאים, בפרטיות ר' משה פרידמאן. אויך געבן זיי צו אז די תשנ"ו צוואה טוט באשטעטיגן אז אלע נאכפאלגענדע ווערסיע'ס פון א צוואה זאל נישט האבן קיין שום תוקף, ווייל ר' משה טייטלבוים (דאמאלטס אכציג יאר אלט) האט געהאלטן - לויט די אהרונים - בשיטה אז איינער העכער אכציג יאר איז מער נישט ראוי צו טוישן א צוואה.

די אנגעבליכער נייערע צוואה, פון תשס"ב, איז פארגליינט געווארן ביי די הכתרה פון ר' זלמן לייב אין דעם רבי'נס הויז אין וויליאמסבורג, כ"ח ניסן נאכמיטאג, (צוויי טאג נאך די פטירה). ר' זלמן לייב האט שפעטער באקומען די שטיצע פון די סאטמארער בי"ד אין וויליאמסבורג, וואס האבן אלע מסכים געווען צו די פארגעליינטע צוואה און האבן איהם געקרוינט אלס דער לעגיטימער ממלא מקום. די אהרונים צייגן אן אז דער אזוי גערופענער "בי"ד פון וויליאמבורג" איז קיין בי"ד נישט און איז בלױז געגרינדעט געװארן פאר פאליטישע צװעקן צו קענען פארשטארקן ר׳ זלמן לייב׳ס פּאזיציע אז ס׳זאל אױסזען לעגיטים , ממילא איז דאס קיין שום חידוש, און עס ווערט נישט פארעכנט אלס אטוריטעטיוו ביי אלע סאטמארער חסידים. ר' אהרן מיט זיינע חסידים האלטן זיך אבער פעסט ביי זייער פאזיציע אפי' נאך די הכתרה פון ר' זלמן לייב, דערקלערנדיג "די צוואה פון דער רבי טוט נישט באשליסן ווער דער נאכפאלגער זאל זיין. נאר די סאטמארער ראשי הקהלה קען מאכן די החלטה. דאס איז ווי אזוי דער רבי זעלבסט איז אויסגעוועלט געווארן. און דאס איז ווי אזוי זיין נאכפאלגער וועט אויסגעוועלט ווערן." ביידע צדדים האבן מודיע געווען אז זיי וועלן אריינגעבן נאך לעגאלע פארלאנגען אין די ניו יארקער געריכט.

דער ערשטער שבת

רעדאַקטירן
 
רבי אהרן טייטלבוים מיט זיינע חסידים און וויליאמסבורג דעם ערשטן שבת נאך דער פטירה פון זיין טאטן אין א פראוויזארישן שאטער

רבי אהרן האט פארברענגט דעם ערשטן שבת נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין וויליאמסבורג, אויפשטעלנדיג א פראוויזארישן שאטער אין א שפיל-פלאץ פון א לאקאלער פובליק-שולע.

עס איז געווען מערקבאר ווי רבי שלמה זלמן שטיין, א גאר נאנטער בן בית ביי רבי משה טייטלבוים, וועלכער איז געבליבן אין רבי'נס שטוב ביז נאך דער פטירה, האט דעם ערשטן שבת באגלייט רבי אהרן פון זיין שטוב אויף יוז סטריט, גענוי אזויווי ער פלעגט אלע יארן באגלייטן רבי משה פון זיין שטוב צום ביהמ"ד.

דעמאלטס איז רבי שלמה זלמן געווארן א גאר נאנטער בן בית ביי רבי אהרן.