ערב יום כיפור פאלט אום ט׳ תשרי, און מען פירט זיך עטלעכע מנהגים פארבינדן מיט דעם יום טוב וואס גייט גלייך נאך, יום כיפור.

כדי צו פארמיידן יום כיפור פאלן גלייך פאר אדער גלייך דערנאך שבת, איז דער כלל לא אד"ו ראש, לויט וועלכן ערב יום כיפור איז נישט חל אויף מאנטיק, דאנערשטיק און שבת, ד.ה. ער קען נאר געפאלן זונטיק, דינסטאג, מיטוואך אדער פרייטאג.

דדער כותל מערבי פלאזא פול ביי די סליחות פון ערב יום ככיפור תשע"א

דער מנהג פון כפרותרעדאַקטירן

 
שלאגן כפרות אין דעם קוואַרטאַל מאה שערים, ירושלים

טייל האבן א מנהג, אין צוגרייטונג צו יום כיפור, דרייען אַ האָן (פאר א מאנספארשוין) אדער א הין (פאר א פרוי) איבער דעם קאָפּ און זאָגן "זה התרנגול ילך למיתה ואני אלך ואכנס לחיים טובים ארוכים ולשלום" (טייטש: דער דאָזיקער האָן וועט גיין צום טויט און איך וועל גיין און אַריין אַ לאַנג גוט לעבן און שלום), און דערנאך צו שעכטן אים און מאַכן אים אַ מאָלצייַט פֿאַר אָרעמעלייט. אנדערע מענטשן דרייען אַרום דעם קאָפ אַ סומע געלט וואס מען גיט צו צדקה ווי אויסלייזגעלט.

ס׳איז שוין אין די ראשונים א שמועס צי איז דער מנהג אויסגעהאלטן: דער רַשב און רבי יוסף קאַראָ זענען דערקעגן, אבער דער רמ"אָ האט מתיר געווען.

מנהגים ביי די תפילותרעדאַקטירן

פארטאגס ערב יום כיפור, זאָגט מען די לעצטע סליחות פון די עשרת ימי תשובה (חוץ די סליחות וואס מען זאָגט יום כיפור גופא). אין די אשכנזישע קהילות זענען דריי מנהגים בנוגע די סליחות: מערסט פארשפרייט איז דער מזרח-אשכנזישער מנהג ווערן סליחות פארקירצט מער ווי אנדערע טעג, בעת אין דעם מערבדיק-אשכנזישן מנהג, ווערן זיי פארלענגערט ווי ערב ראש השנה,‏[1] און ביי טייל חסידים (גור, רוזשין, אלעקסאנדער) זאגט אינגאנצן נישט קיין סליחות ערב יום כיפור.

מען זאגט נישט תחנון ערב יום כיפור.‏[2] די אַשכּנזים זאָגן אויך נישט מזמור לתודה, און אבינו מלכנו, סיידן ווען ערב יום כיפור געפאלט פרייטיק זאגט מען יא אבינו מלכנו ביי שחרית.‏[3]

אין טייל קרייזן מאכט מען התרת נדרים נאָך שחרית.

מען דאווענט מנחה פרי איידער מען זעצט זיך צו דער סעודה המפסקת, און ביים סוף פון דער שטילער שמונה עשרה זאגט מען דעם "וידוי פון יום כיפור.‏[4]

טייל לעקעךרעדאַקטירן

ערב יום כיפור איז א מנהג צו 'בעטן' א שטיקל לעקעך וואס מען עסט גלייך.‏[5] דער עניין דערפון איז טאמער איז נגזר אויפן מענטש ראש השנה אז ער וועט דאַרפן צוקומען צו מענטשן, זאל ער יוצא זיין מיט דעם וואס ער געבעטן א שטיקל לעקעך. ביי טייל חסידים איז דער מנהג צו באקומען פון רבי'ן.‏[6] אנדערע זאגן אז דער טעם פונעם מנהג איז מיט דעם בעטן די גבאים מחילה פונעם עולם טאמער האבן זיי במשך דעם יאר עמעצן בא׳עוולה׳עט.

דער בעל שם טוב פֿלעג זאגן אז געבן לעקעך ערב יום כיפור איז א גאר אלטער מנהג, און בײם געבן לעקעך פלעג ער זאגן "איך גיב דיר לעקעך און דער אייבערשטער זאל דיר געבן א גוט יאר".

די סעודות פון ערב יום כיפוררעדאַקטירן

טובל׳ן זיך אין מקווהרעדאַקטירן

עס איז דער שטייגער אז מענער גייען היינט נאך האלבן טאג זיך טובל׳ן אין א מקווה.

עס איז אַן אלטער מנהג וואָס איז אָנגענומען אין עטלעכע ערטער און קהילות, אין וועלכער אפילו די פרויען טובל׳ן זיך אין דער מקווה ערבֿ יום כיפּור זיך מטהר זיין לכבוד דעם הייליגן טאָג.‏[7] אמאל פלעגן אפילו די פרויען וואס זענען נישט פארהייראט אויך טובל׳ן זיך, אבער מען האט דאס מבטל געווען צוליב דעם איסור פנויה.‏[8]

מלקותרעדאַקטירן

רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. ביידע מנהגים ווערן געברענגט אין רמ"א או"ח תרד:ב.
  2. די ספרדים זאגן תחנון ביי סליחות, אבער נישט ביים דאווענען שחרית און מנחה; די אשכנזים זאגן תחנון אויך נישט ביי די סליחות, אפילו אין די קהילות וואס זאגן לאנגע סליחות.
  3. עיין רמ"א או"ח תרד:ב.
  4. רמב"ם הלכות תשובה ב, הלכה ז
  5. ספר המנהגים - חב"ד עמ' 58.
  6. זעט אוצר מנהגי חב"ד עמוד קפ"א ואילך.
  7. מוסטער:משנה ברורה. זעט אויך בן איש חי, שנה א, פרשת וילך, אות ח; שו"ת רב פעלים, חלק ד, יורה דעה, סימן טז, ד"ה ורק בקיצור (אם כי בשו"ת תורה לשמה, סימן קסו, נראית הגבלה קלה בכך); שו"ת לבושי מרדכי, יורה דעה, מהדורה קמא, סימן קכג; שו"ת מנחת יצחק, חלק ו, סוף סימן קמו; חלק ט, סימן צא.
  8. ספר המנהגים, הגהות המנהגים, עשרת ימי תשובה, אות קמב; אליה רבה, סימן תרו, ס"ק ט; שדי חמד, ערך יום הכיפורים, א, ו; ועוד.