א ראיאט איז אן אויפגעברויזטע מאסן וועלכע ווערן צעווילדעוועט און טוען אומלעגאלע אקציעס אלס א רעאקציע צו זייער אויפברויז. ראיאטן באשטייען פון ציוויליזירטע און אומציוויליזירטע מענטשן וועלכע פארמירן אינאיינעם א מאב און טוען זאכן וואס קיינער פון זיי וואלט נישט געטאן אליינס נאר וויבאלד עס איז א מאב פון מענטשן אינאיינעם בלייבן זייערע אקציעס פארדעקט און זיי ערלויבן זיך אסאך.

ראיאטן האבן אין די פארגאנגנהייט פאסירט צוליב פארשידענע סארט אויפברויזן און פארכט. אבער אלס א כלל קען ראיאטן באצייכנט ווערן אלס א פייער וועלכע קען נאר אנגעצינדן ווערן אויב עס זענען פאראן די צוויי עלעמענטן: ברענשטאף און דער פונק.

די ברענשטאף פון א ראיאט בויט זיך נישט אויף פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן. עס געדויערט יארן ווילאנג עס ווערט געשאפן א געוויסע אויפברויז וועלכע ווערט באצייכנט דורך א געוויסע מאסן אלס אומגערעכט און יעדעס מאל די שולד ווערט אויפגעוויזן פארמערט זיך די ברענשטאף. ספעציעל פארשפרייט זיך די רוגזה ווען די אנדערע צד קען נישט לעזן די סיטואציע, דעמאלט פעלט שוין נאר אויס א פונק און די עס פלאמט אויף. אין טייל פעלער איז דער פונק נאר געווען א קלאנג וועלכע האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש אבער דאס האט נאך נישט צוריקגעהאלטן די אויפגעברויזטע מאסן פון זייערע אקציעס ווייל דער פייער האט שוין געברענט און דעמאלט איז שוין צו שפעט.

אויסער אויפברויז ראיאטן איז פאראן ראיאטן וועלכע פלאמען אויף פון איבערראשונג. אזא ביישפיל האט זיך אפגעשפילט אין באסטאן ווען די ארטיגע רעד סאקס האבן געווינען א בעיסבאל פארמעסט וועלכע זיי האבן נישט באוויזן צו געווינען צענדליגער יארן. די איבערראשונג און פרייד איז געווען אזוי גרויס אז די מאסן איז געווארן אנגעטרינקן און האבן טריאומפירט אין די גאסן פון וועלכע'ס לופט עטליכע יונגען זענען געווארן אנגעצינדן און האבן געמיינט אז מען קען יעצט טאן וואס דאס הארץ באגערט.


ראיאטן קאנטראל

1992 לאס אנדזשעלעס ראיאטן