אלעד איז א שטאט אין דעם צענטער דיסטריקט אין ישראל וואס פארנעמט א שטח פון 2,756 דונאם. זי איז אויפגעשטעלט געווארן אלס א לאקאלע ראט אין 1998, אום 23סטן נאוועמבער 2007 איז איר סטאטוס געטוישט צו א שטאט.[1]

אלעד
www.elad.muni.il
אלעד
איבערבליק איבער אלעד
מדינה / טעריטאָריע ישראל
גרינדונג דאַטע 1998
דיסטריקט צענטער דיסטריקט
בירגערמייסטער ישראל (שרוליק) פרוש
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 2.756 קוואדראט ק"מ
הייך 122 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

37,400‏  (שטייענדיג 2010)
13,570 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2

אלעד איז א יישוב מיט א חרדישן כאראקטער. אין אנהייב איז זי נאר געווען א וואוינונגס שטאט אבער מיט דער צייט האט אנטוויקלט דער מסחר און אינדוסטריע. אין חודש יוני 2006, האט דער היים מיניסטער באשטעטיגט אוועקצושטעלן נאך 250 דונאם צום שטעטל פאר'ן צוועק פון אויפשטעלן אן אינדוסטריעלע זאנע.

הויפטן און בירגערמייסטערס

רעדאַקטירן

דער ערשטער הויפט פון דער לאקאלער ראט איז געווען רב צוריאל קריספל. צוליב סכסוכים צווישן אים און די שטאטס רבנים, הרב שלמה זלמן גראסמאן און הרב מרדכי מלכה, האבן די חרדישע פארטייען ש"ס און יהדות התורה פארגעשטעלט אלס קאנדידאט צביקה כהן.

אום כ"ט שבט תשס"ח האט די שטאט אלעד געפייערט ווערן אויפגענומען אלס א שטאט, און צביקה כהן איז געווארן דער ערשטער בירגערמייסטער פון דער שטאט.

צו די 2008 מוניציפאלישע וואלן, האט קאנדידירט פאר בירגערמייסטער יצחק שלום עידן[2] אונטערן פֿאן פון דער ש"ג ליסטע פון אלע חרדישע פארטייען (חסידים, מתנגדים, ספרדים) און איז געווארן געוויילט מיט 75.8% פון די שטימען.[3]

ביי די 2013 מוניציפאלישע וואלן, האבן קאנדידירט ישראל פרוש און צוריאל קריספל פאר בירגערמייסטער; פרוש איז געווארן געוויילט.

קאמענטארן

רעדאַקטירן

קאארדינאטן: 32°3′9″N 34°57′17″E / 32.05250°N 34.95472°E / 32.05250; 34.95472

וועבלינקען

רעדאַקטירן