אמאזאנאס (טייך)
(אַריבערגעפֿירט פון אמאזאנאס)
אַמאַזאָנאַס איז דער גרעסטער טײַך אין אַמעריקע און דער צװײט-גרעסטער אױף דער װעלט. דער אַמאַזאָנאַס פֿליסט פֿון די אַנדן ביז צום אַטלאַנטישן אָקעאַן. אַרום דעם טײַך איז דא אַ סך װאַלד װאָס מע רופֿט װעלט-לונגען.
לאקאציע | |
---|---|
לענדער | פערו, קאלאמביע, בראזיל |
אייגנשאַפֿטן | |
לענג | 6,400 קילאמעטער |
קוואל |
גלעטשער אין נעוואדא מיסמי בארג, אנדן אין פערו |
הייך פון קוואל | 5170 מעטער מעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 209,000 קובישע מעטער א סעקונדע |
דרענאזש בעקן | 7,050,000 קוואדראט קילאמעטער |
לעפצונג | אטלאנטישער אקעאן |
לענדער אין דרענאזש בעקן | בראזיל, קאלאמביע, פערו, באליוויע, עקוואדאר, ווענעזועלע |
לעפצונג
רעדאַקטירןדי לעפֿצונג פֿונעם אמאזאנאס איז ברייט אומגעפֿער 330 ק״מ, געמאסטן פון קאַבא דא נארטע ביז פונטא פאַטיאקאַ. דאס נעמט איין אויך דעם אויסגאס פון דעם טייך פאַראַ, 60 ק״מ ברייט, וואס שאפט די לעפֿצונג פונעם טייך טאקאַנטינס. די ברייט פונעם אמאזאנאס ביי זיין מויל איז מער ווי די גאנצע לענג פון דעם טייך טעמז אין ענגלאנד.