זה שיר שבח איז א פראפעסיאנאלע חסידישע מוזיק אלבאם וואס איז ערשינען צום ערשטן מאל אין יאר 2001 דורך סי בי עס פראדוקציעס

דער אלבאם אנטהאלט אין זיך צען ניגונים, וואס זענען קאמפאזירט געווארן דורך רבי יהושע מענדלאוויטש וועלכער דינט אלס גבאי פונעם סאטמארער רבי, רבי אהרן טייטלבוים, און וועלכע האט עס ארויסגעגעבן אלס א געשאנק פארן סאטמארער הויף. זיין זון נפתלי יוסף האט אנטייל גענומען אין דער פראדוקציע און זינגט אינעם אלבאם סאלא.

די מוזיק פאר די ניגונים זענען אויסגעארבעט דורך רובי בנעט.

אין 2006 איז עס ארויסגעקומען אויף סי די.

טייל פון די לידער זענען שטארק אויפגעכאפט געווארן אין דער חסידישער וועלט און ווערט געזינגען ביי פארשידענע געלעגנהייטן און צוזאמענקונפטן.

ליסטע פון לידער אין דעם אלבאםרעדאַקטירן

  • 1.וכל עמך
  • 2.ושמרו
  • 3.עזרת
  • 4.מלך רחמן
  • 5.ניגון שמחה (א לעבעדיגער ניגון)
  • 6.שבח
  • 7.מזמור שיר
  • 8.בגלל אבות
  • 9.וברך
  • 10.ניגוני שמחה (לעבעדיגע ניגונים)

די ניגוניםרעדאַקטירן

  • וכל עמך, לעבעדיגער טאנץ ניגון
  • ושמרו, פאמעליכער ניגון
  • עזרת, וואלץ
  • מלך רחמן, פאמעליך און דערנאך שנעל
  • ניגון שמחה

צווייטע זייט:

  • שבח, שנעל
  • מזמור שיר, פאמעליך
  • בגלל אבות, שנעל
  • וברך, פאמעליך
  • ניגוני שמחה

וועב לינקעןרעדאַקטירן