מרדכי טענדלער
הרב מרדכי טענדלער איז א רב אין מאנסי. ער איז אן אייניקל פון הרב משה פיינשטיין און האט געהאט שימוש ביי אים, געשריבן זיינע ספרים און אים באדינט.
ער דינט אלס רב אין מאנסי פאר מאדערן-ארטאדאקסישע אידן, און יארן לאנג האט ער זיך אנגענומען און געהאלפן אזוי גערופענע עגונות און פרויען וואס ליידן פון די מענער. דאס האט צוגעברענגט אז אסאך פארביטערטע פרויען האבן מיט אים געהאט שייכות. ביז איין טאג איז דער סקאנדאל ארויסגערינען און פארשמוצט דעם נאמען פון א רב.
איינער פון זיינע קאנטראוועסיאלע שטרעבונגען, איז מתיר זיין א פרויען זאלן מעגן זיך טובל'ן אינמיטן טאג פונעם זיבעטן טאג, זיי זאלן נישט דארפן ווארטן ביז ביינאכט, די מאנסי'ער רבנים ווי ר' חיים פלאהר, ר' מרדכי מוויזניץ, ר' יחזקאל גאלד, האבן געפירט א שטרקע מערכה דערגעגן.
ער איז דער זון פון הרב משה דוד טענדלער און א ברודער פון אהרן טענדלער פון לאס אנדזשעלעס.