װיקיפּעדיע:אויסשפארן פאליסי
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס. |
אויסשפארן אדער בלאקירן איז וויאזוי א אדמיניסטראטור האלט צוריק א באנוצער צו עדיטן וויקיפעדיע ארטיקלן.
אן אויסשפארונג איז נישט, און טאר נישט זיין א שטראף, דאס דינט בלויז צו היטן וויקיפעדיע פון וואנדאליזם. און וואנדאליזם האט א קלארע מיינונג.
אויף דערווייל איז דער אידישער וויקיפעדיע איבערהויפט זייער שטרענג און סענסעטיוו צו די פריערדיגע ליין, אין אנדערע מער אנטוויקלטע וויקיפעדיעס, וואס האבן הונדערטע אדער טויזענטע אקטיווע באנוצער, קען מען בלאקירן אפילו אויף קלענערע עבירות ווי איינפאכע אומרוה און שטער, אדער אז טאמער רוב באנוצער מאכן וואלן צו בלאקירן איינעם, אבער דא וויבאלד מיר האבן קוים באנוצער, און די פאר נעמען וואס מיר האבן זענען אלע סאקפאפעט'ס קען זיך איינער אויסבלאקירן דעם צווייטן אן קיין דין וחשבון און זאגן אז יענער איז א שטער און דערנאך זאגן אז ער האט קאנסענסוס אז ער איז א שטער, ווי מען האט געטאן צו באנוצער:רוני און ווי באנוצער:רוני האט געטאן צו באנוצער:יודל און אזוי ארום בלייבן מיר אן באנוצער.
געוויינליך איז א כלל נישט צו אויסשפארן קיינעם מער ווי 24 שעה. און אויב א באנוצער רעדט זיך דורך דארף מען אים צוריק עפענען.
עס איז נישט געאייגענט צו מאכן א אפקילן בלאק, ווען מען וויל א באנוצער זאל זיך אפקילן, ווייל דאס איז רוב מאל אויסגעטייטשט פון באנוצער אלס א שרעקליכע צענזור מיטל ווערט עס א מער היציג סיטואציע און עס הייסט נישט אפקיל בלאק נאר אויפהיץ בלאק.
יעדער איינער קען פארלאנגן אז מען זאל אויסשפארן א באנוצער, און אדמיניסטראטורן זאלן טאן ווי זיי פארשטייען, אויך א סיסאפ און אפילו א ביוראקראט קען מען פארלאנגן און א סיסאפ מעג און קען זיי אויסבלאקירען, און פארלירן זיין איינטרוט אין וויקיעפדיע, אבער דאס קען מען נאר טאן נאך וואלן, און ביי די אידישע וויקיפעדיע איז דאס נישט מעגליך צוליב די ווייניג באנוצער, נאר אויב דער סטוארט ווערט איבערצייגט אז דער סיסאפ מאכט טאקע אן באמת א חרבן.
ווען צו בלאקירן און אויסשפארן
רעדאַקטירן- אויב א באנוצער ברעכט די צוזאמנארבייט כללים.
- נאכאנאנדיגע קאפירייט ברעכונג.
- סאקפאפעט'ס (ביז מיר האבן מיר נאך נישט די געהעריגע כלים דאס אויפוויזן קליפ און קלאר זאל מען דאס נישט בלאקירן).
- לשון הרע (פארשטייט זיך נאכן ווארנען מערערע מאל און אויפווייזן קליפ און קלאר זיין בייזוויליגע כוונה)
- ליגענט (פארשטייט זיך נאכן ווארענען מערערע מאלן און אויפווייזן קלאר זיין בייזוויליגע כוונה)
ווען עס איז פארבאטן צו בלאקירן אנדערע
רעדאַקטירן- א מענטש איז א מענטש, אפילו ער ווייסט זיכער אז ער איז גערעכט קען אייביג זיין אז נישט, דעריבער אז טאמער א סיסאפ אדער ביוראקראט האט א מיינונגס דיפערענץ מיט אן אנדער באנוצער טאר ער אים נישט בלאקירן פאר קיין שום געלט. דאס איז אן אביוז פון די סיסאפ כוח און מען נעמט דאס אוועק פון אים פאר די עבירה.
- אויב מען ווייזט נישט אן פונקטליך מיט לינקס וואסארא עבירה א באנוצער איז באגאנגען, טאר מען נישט בלאקירן, ווייל רוב מאל איז דאס נישט וואנדאליזם נאר בלויז מיינונגס פארשידעהייטן, און נצחון.
אנווייזונגען אויף וויפל צייט צו בלאקירן
רעדאַקטירןוויבאלד דאס איז נישט קיין שטראף טאר מען נישט בלאקירן אויף אייביג. ווייל יעדער איינער קען טאן תשובה.
- וואנדאליזם: מען זאל נישט באלקירן קיין איינצעלע וואנדאליזם, ווייל עס איז מסתם פון א באנוצער וואס איז טייל פון די 6 ביליאן מענטשן פון די וועלט וואס קענען נישט קיין אידיש און זיי זענען דא אריינגעפאלן איינמאל אין זייער לעבן נישט וויסענדיג וואס דא איז. זיי וועלן קיינמאל צוריקומען.
- צוריקדרייען נישט מער ווי 3 מאל אין מעת לעת: זאל מען נאר בלאקירן פאר בלויז איין 24 שעה צייט אפשניט, ווייל די קומענדיג 24 שעה מעג ער דאך שוין צוריקדרייען.
- סאקפאפעטס: ווילאנג עס איז נישטא קיין געהעריגע פראדעצור דאס אויפווייזן קלאר קען מען נאכנישט דערווייל דא בלאקירן די אביוזיוו באנוצער כאטשיג זיי זייען אן פאלטשע קאנסענסוס האבן מיר נאכנישט די ריכטיגע כלים זיי צו אומשעדליך מאכן.
- אויפדעקן אידענטיטעט אדער לייגן א באנוצער אין סכנה: זאל מען זיי פאר שטענדיק אויסבלאקירן און איינמעלדן זשימי וועילס פארוואס פונקטליך און וויאזוי די סכנה איז.
פאליסיס |
---|
פרינציפן |
ארטיקל סטאנדארטן |
נייטראל |
צוזאמענארבעט מיט אנדערע |
זיך אויפפירן העפליך |