תשרי
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ב | ג | ||||
ד | ה | ו | ז | ח | ט | י |
יא | יב | יג | יד | טו | טז | יז |
יח | יט | כ | כא | כב | כג | כד |
כה | כו | כז | כח | כט | ל | |
לוח לשנת תשפ"ה | ||||||
תשרי איז דער זיבעטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער ערשטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).
קביעות - קאלענדאר
רעדאַקטירןפון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז 'תשרי שטענדיג א פולער חודש (מלא): א חודש פון דרייסיג טעג.[3]
ראש חודש תשרי איז שטענדיג איין טאג: דער ערשטער טאג פון תשרי, וויבאלד אלול איז שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): ער האט שטענדיג נאָר ניין און צוואנציג טעג.
אין פסוק שטייט "תקעו בחדש שופר בכסה ליום חגנו" (תהלים פא. ד.), די גמרא דרשנט דעם פסוק חג שהחדש מתכסה בו [4], רש"י און פארשידענע בעלי תוספות ערקלערן אז דאס מיינט ראש השנה איז א יום טוב וואס דער חודש איז אין אים באהאלטן, אויף פארשידענע אנדערע ערקלערונגן:
- מען זעט נישט די לבנה.[5]
- מען האט נישט מקריב געווען דעם קרבן שעיר פון ראש חודש.[6]
- דער פסוק שרייבט נישט ארויס אז מען האט מקריב געווען דעם קרבן שעיר פון ראש חודש.[7]
- מען דערמאנט נישט ראש חודש ביים דאווענען מוסף פון ראש השנה.[8]
- "מתכסה" מיינט א פארבערייטע צייט, דער יו"ט ראש השנה איז פארבערייט צו זיין ראש חודש.[9]
דער ערשטער טאג פון חודש תשרי קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (ב ג ה ז) מאנטיק, דינסטיק, דאנערשטיק, שבת.[10] (ס'איז באקאנט דער לשון "לא אד"ו ראש")
דער נאמען פון חודש
רעדאַקטירןאין פסוק ווערט דער חודש תשרי אנגערופן ירח האיתנים (שטארק), ווי ס'שטייט: "ויקהלו אל המלך שלמה כל איש ישראל בירח האיתנים בחג" (מלכים א' ח. א.), די חז"ל ערקלערן דאס מיינט דער מאנאט וואס אין איר איז געבוירן די שטארקע פון די וועלט: די אבות - אברהם, יצחק, און יעקב[11].
דער אינהאלט פון חודש
רעדאַקטירןדער צירוף פון חודש תשרי גייט ארויס פון דעם ענדע פון די ווערטער (סופי תיבות) ויראו אתה שרי פרעה[12] (בראשית יב. טו.).
ימים טובים אין דעם חודש
רעדאַקטירן- א' תשרי און ב' תשרי איז ראש השנה.
- ט' תשרי איז ערב יום כיפור.
- י' תשרי איז יום כיפור.
- ט"ו תשרי איז דער ערשטער טאג יום טוב סוכות.
- ט"ז תשרי איז אין ארץ ישראל דער ערשטער טאג חול המועד סוכות, און אין חוץ לארץ דער צווייטער טאג יום טוב סוכות.
- י"ז תשרי, י"ח תשרי, י"ט תשרי, כ' תשרי, זענען חול המועד סוכות.
- כ"א תשרי איז הושענא רבה.
- כ"ב תשרי איז שמיני עצרת.
- כ"ג תשרי איז אין חוץ לארץ שמחת תורה.
ספעציעלע טעג פון חודש אין חז"ל
רעדאַקטירןדי ערשטע צען טעג פונעם חודש זענען די עשרת ימי תשובה.
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצען
רעדאַקטירן- ↑ ר"ה ז' ע"א
- ↑ ר"ה ב' ע"א
- ↑ רמב"ם קידוש החודש פ"ח ה"ד ה"ה
- ↑ ביצה ט"ז ע"א, ר"ה ח' ע"א, סנהדרין י"א ע"ב
- ↑ רש"י
- ↑ רבינו משולם לפי הבנת ר"ת
- ↑ רבינו משולם
- ↑ תוס' בשם יש מפרשים
- ↑ רבנו תם
- ↑ או"ח תכ"ח ב'
- ↑ ר"ה י"א ע"א
- ↑ משנת חכמים ליל ר"ה פ"א א
- ↑ ספר יצירה פ"ה
די יידישע חדשים |
ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב') |