אלי וויזעל
אליעזר ״אלי״ וויזל (30סטן סעפטעמבער 1928 – 2טן יולי 2016) איז געווען א יידישער זשורנאליסט, פילאסאף, אינטעלעקטואל און א שרייבער וואס האט געוואוינט אין סיגוט פאר דער צווייטער וועלט מלחמה. ער האט געװוּנען א נאבעל פריז פאר זיינע שרייבונגען וועגן חורבן אייראפע. זיין משפחה זענען געווען וויזניץ חסידים פון דער היים.
געבורט |
30 סעפטעמבער 1928 סיגעט, מאראמאראשער דיסטריקט, קעניגרייך פון רומעניע |
---|---|
טויט |
2 יולי 2016 (אלט 87) ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןוויזל איז געבוירן געווארן אין סיגעט, זימבערגן, רומעניע אין א חרדישער משפחה.
מען רופט אים דער כהן גדול פון דעם האלאקאסט צוליב זיינע אקטיוויטעטן דאס אריינברענגן צו די תודעה פון דער וועלט אז דאס זאל זיך מער קיינמאל איבערחזרן.
ער זאגט שטענדיג אז ער איז א פייערדיגער וויזשניצער חסיד, אבער גלייבט נישט אין א גאט צוליב דעם חורבן.
ער שרייבט אויך א פליסיגן אידיש וואס זיינע ווערק ווערן ערשינען פון צייט צו צייט אין קאלום'ס אין אלגעמיינער זשורנאל וואס ער פלעגט מיט א דרייסיג יאר צוריק דינען אלס רעגולארער רעפארטער פאר דער צייטונג.
ביכער
רעדאַקטירןזיינע 57 ביכער האט ער געשריבן בעיקר אין פראנצויזיש, ענגליש און יודיש.
- און די וועלט האט געשוויגן, 1956. דאס איז געווען זיין ערשטע בוך און געשריבן ארגינעל אויף יודיש. עס איז איבערגעזעצט געווארן אין פארקירצטער פארעם אויף ארום 35 שפראכן אונטערן נאמען די נאכט.
- די טויערן פון וואלד, 1966. פארעפנטלעכט אין יודיש, פראנצויזיש און ענגליש.
- צווישן צוויי זונען, 1970 אין פראנצויזיש.
- חסידישע פייערונג, 1972, פראנצויזיש.
- א יוד היינט-צו-טאג, 1978 ענגליש.
- פיר חסידישע רבי׳ס און זייער קאמפף קעגן מרה-שחורה, 1978 ענגליש.
- א פסח הגדה, 1993.