אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מײַ 2007"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: {{Portal:Current events/2007 מעי 31}} {{Portal:Current events/2007 מעי 30}} {{Portal:Current events/2007 מעי 29}} {{Portal:Current events/2007 מעי 28}} {{Portal:... |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע ביי 01:41, 1 מײַ 2007
מיטוואך 30סטן מיי 2007
- ארטסקראל פובלישינג לאזט זיך אריין אין פרישן פראיעקט], איבערטייטשן תלמוד ירושלמי אויף לשון הקודש. צווייטע באנד אויף מסכת שביעית איז שוין ערשינען - אין בעפארברייטונג צום תשס"ז שמיטה יאר. [1] (אידישע וועלט)
- א פראפיל אין אידיש אויף דעם עסקן און ירושלים'ער פאשקעווילן זאמעלער, ר' יואליש קרויס, אין אלגעמיינער זשורנאל, טראנסלירט פון מקור ראשון. (כל העולם כולו)
- יד לאחים די חסידישע ארגענעזאציע קעגן מיסיאן באשולדיגט זייער ליטווישער קאנקורענט, די קירוב רחוקים ארגאניזאציע לב לאחים אין העלפן מיסיאן דורך אננעמען די פעלאן גונג קולטס טענה קעגן כינע רעגירונג אז די איברים וואס זיי פארקויפן איז פון טויטע ארעסטאנטען. (ען.עפ.סי.)
דינסטיג 29סטן מיי 2007
- וויליאמסבורג: קאנסטרוקציע ארבעט אויפן וויליאמסבורג ברידזש וועלכע האט זיך געזאלט ענדיגן קומענדיגן מאנאט, נאך יארן פאראורזאכן שווערע טראפיק פון און קיין מאנהעטן, וועט פארגעזעצט ווערן מיט נאך 18 מאנאטן ביז סוף יאר 08' פאר די קאסטן פון 80 מיליאן דאלער. (ניו יארק קאנסטראקשען).
- חרדישע אינגערמאן פון מאנסי געווינט 250 טויזנט דאלער פון מעגא מיליאן לאטערי, (155 נאך שטייערן), געקויפט ביי Gas on the Hill, 165 Route 59. (ניו יארק לאטערי - וואס איז נייעס).
- קווינס סיטי קאנסולמאן פארלאנגט פון די קאסקא טשעין סטאר פירמע נעץ אנצוהויבן נעמען פוד סטעמפס, צו געבן א געלעגנהייט פאר שוואכע פארדינער צו געניסן פון ביליגע פרייזן פאר עסנווארג. (דעלי ניוס).
- ארץ ישראל: חיפה עירפארט וויל ווערן אינטערנאציאנאלער פליגערס טערמינאל סערוויס צענטער. (גלובס אונליין).
- יד לאחים באשולדיגט ארץ ישראל פאליציי אין מאכן א יד אחת מיט מיסיאנערן, און אוועקגעשיקט זייערע עקסנים אפילו ווען זיי האבן נישט געטון קעגן געזעץ, לויט זיי. (ערוץ 7).
- ווידעא אויף יו טיוב וועבזייטל ווי בריטאניע הויפט רב, הרב יונתן סאקס, טאנצט ווילד ביי א חתונה, ווערט אראפגענומען. יו טיוב האט פארגעזען דאס ווי די פאפולערסטע אידישע ווידיאו קליפ. (AKN. בחדרי חרדים).
- מיטגלידער אויף א היברו אינטערנעט פארום, רוטער, מאכן חוזק פון די אידישע וויקיפעדיע. (רוטר. נט).
מעי 28 2007 (מאנטיג)
- ירושלים: אין א לעצט מינוטיגער פאליטישער מאנובארע אפצושטעלן דעם בעפארשטייענדער תועבה מארטש טראגן די רעליגיעזע חברי הכנסת אריין א נייעם געזעץ אז די שטאטראט זאל האבן יוריסדיקציע צו בלאקירן די געיז פון דאס אפהאלטן; הרב אלישב שרייבט אונטער צוזאמן מיט הרב עובדיה יוסף אז מען מוז מוחה זיין; עדה החרדית וועט מאכן פראטעסט דוקא אין שבת כדי נישט מוזן רעדן און אויפקלערן די אינגווארג איבערן ערשיינונג און באגריף פון משכב זכר; פאשקעווילען באדעקן שוין ירושליםע ווענט. (וויינעט)
- מאסקווע: די געיז ווערן ברוטאל געשלאגן דורך די מאסן, און ווערן גאר ארעסטירט דורך די פאליציי, אויף די גאסן נאכדעם וואס זיי ברענגן אקטיוויסטען פון גאנץ אייראפע מוחה זיין אויף זייער באקריווענדינגקייט. (עי.פי.)
- ערשטע מאל זינט 1980 טאלקס צווישן אמעריקע מיט איראן איבער איראק. (עי.פי.)
- יאפאנעיזישער אגריקאלטור מיניסטער הענגט זיך צום טויט אפאר שעה איידער ער שטייט אויסגפארשט צו ווערן איבער פאליטישער סקאנדאל. (סי.ען.ען.)
- איראק: יו.עס. טרופען ראטעווען ארויס 41 ציווילער פארכאפט דורך אל קעידא. (עי.פי.)
- הרב חיים דרוקמאן הויפט פון מזרחי רבנים אטאקירט די חרדים מיטן ליטווישן צייטונג יתד נאמן פארן פסלן זיינע גרים און זיי אפסטעמפלן אלס גוים. (וויינעט)
- מאן אין נגב וועקט זיך אויף אינמיטן שלאף און דערזעהט לעמפערט ביי זיך אין שטוב, כאפט עס מיט די הענט. (וויינעט)
- באריכטן, בילדער און ווידיאו פון די 2 גרויסע רעבישע חתונות נעכטן אין ניו יארק, סאטמאר - ארונים אין וויליאמסבורג. באבוב - ר' בנציון האלבערשטאם ביים ביטש אין ברוקלין. (בח"ח)
- סטארעט סיטי: דער חרדישער ריעל עסטיעט מאגנאט, ר' דוד ביסטריצער, נעמט זיין קעיס צום ניו יארק דעילי ניוז אין פארעם פון א עדיטאריעל, קעגן די פאליטיקער וואס ווילן שטערן זיין אפקויף פון געגענט. (דעילי ניוז)
- שמיטה: רבנות הראשית מיט פסק וואס אסר'ט איינצוקויפן גרינצייג מיט פרוכט פון פאלעטינע פעלדער צוליב דעם וואס די געלט גייט צו שטיצען טעראר קעגן אידן. (וויינעט)
- קאנאדע: דער חרדישער מיליאנער ר' הערשי פרידמאן אינוועסטירט אין ארץ ישראל ריעל עסטעיט פירמע. (די מארקער)
מוסטער:Portal:Current events/2007 מעי 27 מוסטער:Portal:Current events/2007 מעי 26
פרייטאג 25סטן מיי 2007
- טראץ נענסי פעלאוסיס צוזאג טוען די דעמאקראטען זיך ברעכן, און אפראווען יא איראק מלחמה געלט שטיצע אן א דעדליין ווען ארויסצונעמען פון דארטן די טרופען. (רויטערס)
- ירושלים: פאליציי ערלויבט געיז אפצוהאלטן זייער תועבה מארטש קומענדיגן חודש און פארזיכערט זיי שוץ פון די חרדישע פראטעסטען. (וויינעט)
- נאבעל פריז פיזיקער פראטעסטירט בריטאניעס אנטיסעמיטיזם מיט בויקאט. (זשעי. פאוסט)
- נהריה: פאפולערער און באקאנטער רב אונטער ארעסט נאכדעם וואס א ווייבל מיט צוויי קליינע מיידלעך באשולדיגן אים אין זיי סעקסואל באלעסטיקען. (הארץ)
- פלעטבוש: ישיבה אוניווערסיטעט בחור קלאגט אן די פאליציי פארן אים ארעסטירן אין ווייטאג פארן זיך ארום טראגן מיט מעדעצין פאר א בראך. (נ.י. פאוסט)
- זשעניווע: איינע פון די וועלטס גרעסטע שולן ארויף אין פלאמן שבועות אויף די נאכט. - בילדער. (בח"ח)
- אימאם אין עזה רופט צו הינריכטן כאמאסניקעס ווייל זיי האבן אידישע כאראקטעריסטיקס. (ערוץ 7)
- ניו יארק: עיטיאיסט פילאנטראפ געבט 22 מיליאן דאלער פאר קריסטליכע שולעס דערביי ארונטערייסענדיג די חינוך פון די פרייע פובליק שולעס. (נ.י. פאוסט)
- קענטאקי: רעליגיעזע עפענען נפלאות הבורא מוזיעם אין ווערד פון צענדליגע מיליאנען דאלערן אז די וועלט איז באשאפן געווארן לויט די תורה נישט מער פון 6 טויזענט יאר אלט. (ניו יארק טיימס)
- ברוקלין: פאפא מוסדות באקומען גרענד פון גויאישע ארגענעזאציע צו לערנען פריוואט מיט שוואכע תלמידום אין ווער פון הונדערטע טויזעטע דאלער. (זשעי.טי.עי.)
- רבנים אין רוסלאנד קעמפן אז אידן זאלן זיך לאזן באגראבן גאנצערהייט נאכן טויט און נישט זיך פארברענען אויף אש. (וואשינגטאן פאוסט)
- משפחה (מאגאזין) דרוקט אפ קאלום פון דעת תורה פון רב קעגן די מהדרין באס ליניע, אז נישט לאזן משפחות זיצן צוזאמן אויףן באס איז איבערגעטריבן וואס ברענגט אז זיי זאלן דוקא פארן מיט פריי גענצליך געמישטע אטאבאסן. (ען.אר.זשי.)
- פעדעפייל רב וואס ווערט געזוכט דורך אמעריקע נאכן אנטלויפן, געכאפט און ארעסטירט אין אינדיע. (אינטערנעשענל העראלד טריביון)
- ארץ ישראל: אטוירני זשענעראל מני מזוז צווינגט אידישע צדקה פאנד קרן קימת לישראל צו איינטיילן אייניג אירע באדענעס צווישן אידן און אראבער. (ווארל נעט דעילי)
- ראן לאודער אמטירט אנצופירן דעם וועלט אידישען קאנגרעס. (זשעי. פאוסט)
- דייטשלאנד: נייער טעלעוויזיע דאקומענטערי ווייזט אז דער לעגענדארער נאצי גענעראל ראמעל איז גארנישט געווען א מדבר פוקס נאר גאר א היטלער פאפעט, וואס זיינע אלע העלדישקייטן איז בלויז געווען א פראפעגאנדע מיטל צו העלפן פארשנעלערן די אידן פארטילוגונג. (די סקאטמסאמן)
- פראנקרייך: דער נייער פרעזידענט סארקויזי רופט צו פארשטרענגערן סאנקציעס קעגן איראן. (זשעי. פאוסט)
- שפאניע: גרויסער קליידונג און פעשאן קאמפאני אנטשולדיגט זיך פאר אידן איבער די וועלט איבער שעטנז וואס זיי האבן פראדצירט און פארשפרייט. (גארדיען)
- אמעריקע: 8 יאר טורמע אורטייל פאר ארבייטער פון קאוקע קאולע וואס האט ארויסגעגבן סודות פון די אינגרידיענטס פאר קאמפעטישען. (וויינעט)
24סטן מיי 2007
- צווייטן טאג שבועות
23סטן מיי 2007
- ערשטן טאג שבועות
מעי 21 2007 (מאנטאג)
- יו.עס. געריכט פסקענט אז עליזעבעט טעילער קען האלטן נאצי גערויבטע מאלעריי פון וואן גאו וואס האט געהערט צו אידן בעפארן האלאקאוסט. (וויינעט)
- בארא פארק: אידישער פארפאלק האט איבער א מיליאן דאלער אין א באנק אקאונט, און נעמען מעדיקעיד אנגעקלאגט אין געריכט. (ברוקלין איגל)
- באקאנטער אי-מעיל ספעם פון ניאגרע נעמט אן נייעם פארם צו באשווינדעלן דעם אידישען קהילה אין מעקסיקא. (אלע אמעריקאנע פאטריאטן)
- אידישע טעלעוויזשען שוי עפענט זיך אויפן אינטערנעט (ביזנעס ווייער)
- יתד נאמן: מעלדונג פאר אירע ליטווישע ליינער איבערן גרינדונג פון א נייעם בית דין וואס וועט זיך אפגעבן צו מברר זיין וואספארא פרויען קליידונג זענען אויסגעהאלטן פון הלכות צניעות און וואס נישט. (ען.אר.זשי.)
- נגינה: נייער סי.די. דודו פישער רעפד אין יידיש. - ווידיאו. (וויינעט)
- לבנון: צענדליגע טויט אין שלאכט צווישן מיליטער אין אל קעידא. (סי.ען.ען.)
- 9 טויט אין צה"ל אנגרייף אויף פאליסטינע כוחות, באמבעדירט הויז פון הויפט כאמאס אלס נקמה פאר די קאסאם ראקעטען וואס ווערן געשאסן אויף שדרות. (וויינעט)
זונטאג 20סטן מיי 2007
- ווארד קאנינגהעם דער גרינדער און ערפינדער פון וויקי, אויף וואס וויקיפעדיע איז געבויעט, פארלאזט מייקראסאפט און גייט צוריק אריין אין א זשאב צו בויען פרייע און אפענע קאמפיוטער פראגראם ווייכווארג. (די ארעגאניען)
- עקספלאורער אין טיפן אפגרונט פון ים טרעפן ריזן אוצר אין איינגעזונקן שיף פון אנטיק מטבעות אין ווערד פון 500 מיליאן דאלער. (סי.ען.ען.)
- באגדאד: באמבעס רייסן אויף אין די גרין זאון בעתן באזוך פון טאני בלעיר. (עי.פי.)
- איראק: 2 עי.בי.סי. ניוז זשורנאליסטען טויט פון טעראר אטאקע. (עי.פי.)
- האנג קאנג: טויזנטער ווענדונגען צו דער רעגירונג אז מען זאל אסערן צו לערנען תנ"ך אין די שולעס פאר מינדעריעריעג סטונדענטן צוליב די פילע רעיפ און גילו עריות דערציילונגען וואס די תורה איז פיל מיט סעקס און רציחה. (רויטערס)
- באקא ראטוין, פלארידע: פרומער אידישער קאוטש, טוט ערפינדען נייע פאטענט קאפל וואס מען זאל קענען אנטאן אויפן קאפ בשעתן שפילן ספארטס אן קיין פיןס, און עס זאל זיך האלטן פעסט און נישט ארפאפאלן. (פאלם ביעטש פאוסט)
- פלארידע: אמעריקעס ערשטער אידישער היברו-ענגליש טשארטער שולע דערעפענט דורך געוועזענער קאנגרעסמאן. (פלארידע זשואיש ניוז)
- גור: מיליאנערן וואס שטיצן די מוסדות פארן זיך צונויף אין רעזארט האטעל אין איטאליע ארויפצוטרייבן שטיצע צווישן זיי. (בח"ח)
- נייע מערכה דערעפענט אין גור קעגן קאמפיוטער ובפרט די וואס זענען פארבינדען צום אינטערנעט. יעדע שטיבל וועט האבן 2 שליחים פון רבין וועלן ארומגיין באזוכן די הייזער פון חסידים וואס זענען מתפללים אין זייער שטיבל, זיי מסביר זיין און מעורר] זיין מיט שיינעם איבערן סכנה און פראבלעם וואס דאס שטעלט פאר לויט זייער אידישקייט. (הארץ)
- אלי וויזל שילדערט אין נייעם בוך איבער זיין באגעגעניש מיט חב"דסקער רבי ווי זיי האבן ביידע געטרונקען עטליכע גלעזלעך וואדקע פאר לחיים און וויזל האט זיך געהאלטן פעסט צו פארבלייבן א וויזשניער חסיד. (בח"ח)
מוסטער:Portal:Current events/2007 מעי 19 מוסטער:Portal:Current events/2007 מעי 18 מוסטער:Portal:Current events/2007 מעי 17
מיטוואך, 16טן מיי 2007
ארץ ישראל
- מצב אין ארץ ישראל פארערגערט. 4 טויט אין צה"ל אטאקע קעגן חאמאס אלס נקמה צו די לעצטיגע ראקעטן שיסעריי. (וויינעט)
- ענווייערמענטעליסטן בויען אויף א תיבה צו ווייזן און ווארענען די וועלט איבערן גלאבאלע אנווארעמונג פראבלעם וואס דראעט חרוב מאכן די וועלט. (טורקס.יו.עס.) - בלויז נאך 5 יאר פארבליבן ביז די וועלט גייט אונטער לויט געוויסע סייענטיסטען. (סקיי ניוז)
- פייערדיגער ציוניסט און גלח וואס איז געווען דער גרעסטער קעמפער אריינצושטעלן די אידישע און קריסטליכע רעליגיע אין וואלן אויף פאליטיק און אזוי ארום באיינפלוסן די רעגירונג פיראכץ ארויפציצווינגן גאטס ווילן אויפן אמעריקאנעם פאלק, זשערי פארוועל, טויט אין עלטער פון 73 יאר. (די זשואיש פרעס)
- ברוקלין: נאציאנאלע וואולטעטיגע ארגענעזאציעס איבערזוכט רעפארט קריטיקירט נעגעטיוו, יד לאחים און זכרון שלמה רפואה פאנד צווישן אנדערע, וואס נעמען פאר זיך רוב פון אייערע צדקה געלטער; קוים א דריטל גייט פארן צוועק דירעקט די איבעריגע רוב גייט אין פריוואטע טאש פון די אנפירער. (פארט גרין קוריער)
- ארץ ישראל געזעץ מיניסטער ערקלערט: 83 פראצענט פון די דיינים אין בית דין זענען חרדים קעגן בלויז 17 פראצענט וואס זענען מזרחי. (דתילי)
- קאסאם ראקעטען פון עזה זעצן פאר אראפצורעגענען און לענדען אויף הייזער אין שדרות, צענדליגע פארוואונדעט. (זשעי. פאוסט)
- פאליטיק: רעפאבליקאנער פרעזידענט פראנט ראנער רודי זשוליאני האט א ווייב וואס ווערט באשולדיגט דורך איר ערשטע מאן צו זיין אן אנטי-סעמטיטקע. (זשעי.טי.עי.)
- דער בלאט דרוקט אפ חוזק בריוו אז די מיידלעך אין סקול לערנען צופיל היסטאריע פון די גוים און מען ברויך מער לערנען איבער פוד סטעמפס און מעדיקעיד מיט סעקשאן 8. (צירק געצעלט)
- הרב דוב ליאור הויפט רב פון חברון 'ענט: מען טאר נישט מקבל זיין די גרים פון דארפור. (ערוץ 7)
- איד עולה פון פראנקרייך זאגט פאר די פאליציי אויפן גאס אין תל אביב: קומט מיט מיר איך האב דערמארדעט אן אראבער פון ירושלים. (הארץ)
- ר' אורי לופליאנסקי אנערקענט אראבישע משפחה וואס זייער מאן\טאטע איז דערמארדערד געווארן דורכן איד אלס קרבנות פון טעראר. (זשעי. פאוסט)
- דער אידישער איזראעלי מולטי-ביליאנער יצחק תשובה פלאנט 5 ביליאן דאלערדיגע רעזארט פלאץ אין לאס וועגאס. (וואל סטריט זשורנאל)
- פייוו טאונס: אידישע רעליגיעזע איינוואונער וואס שיקן די קינדער אין פריוואטע מוסדות החינוך געווינען מיט א שטארקע אויבערהאנט די וואלן פאר פובליק סקול וועד איבער און קעגן די פרייע אידן וואס שיקן יא די קינדער אין פובליק שולעס. (ניוזדעי)
- כאמאס דערהארגעט 5 פין אירע אייגענע קעמפער אין אבמוש אויף קעגנדער פאטאח גרופע. (זשעי. פאוסט)
- דייטשער פרעמיער מיניסטערקע מעלדט: נייער איבערגעשריבענער אייראפישער פאראיין'ס קאנסטעטוציע וועט ארויסלאזן און נישט דערמאנען גאטס נאמען. (זשעי.טי.עי.)
מאנטיג, 14טן מיי 2007
- ר' זלמן מלאטעק, דער פרומער פארזיצער פון יידישן טעאטער, פאלקס בינע, מעלדט אז דער נאכפראגע צו זעהן אלטע אידישיסטישע פילם'ען געדאפלט דאס יאר ביי אמעריקאנע פרייע אידן. (נארט זשערסי)
- 60 יאריגער זון טרעפט ענדליך אפיר די נאמען פון זיין ביאלאגישער מאמע פון 80 יאר וואס ער האט קיינמאל נישט געזען זינט זיין געבורט ביים חורבן אייראפע, אבער זי וויל אים נישט זען. (דאבעליו. עיטש. אי. סי.)
- קאנאדע: בחורל אנגעשלאגן געכאפט אויף ווידעא. (סי.טי.ווי.)
- רוסלאנד: אידישער בחור דערשטאכן אויף טויט. (הארץ)
- דער רייכסטער איד אויף די וועלטס ווייב ווערט אנערקענט און אויסגעלויבט פארן העלפן אדיקשאן צו דראגס בשעת איר מאן שעלדאן עדלסאהן מאכט זיינע ביליאנען פון בויען די עדיקשען פון געמבלינג איבער די וועלט. (זשעי. פאוסט)
- בראזיל דער פויבסט באזוכט און פארדאמט קאפיטעליזם און קאמוזיזם וואס פאדארבט די מאסן אין לאטיין אמעריקע. (עי.פי.)
- לוי לעוויעוו קויפט אפ לעגענדארן פען עם בילדינג אין מאנהעטן (ניו יארק פאוסט)
- לאנדאן שול פארבאט איינטרוט צו דאווענען פאר מנובלים. (אי.זשעי. פרעס)
- אוי.יו. ווידמעט סייט פאר אינגווארג זאלן בלייבן שומר נגיעה. (ערוץ 7)
- ר' יהודה לעווין טרעט אויף ביי גויאישע פארזאמעלונגען אין רוים און אין ווארשע זאגט אז ער פארטערט א טויזנט רבנים וואס זענען קעגן אבארטאציע. (די אינדיען קאטאליק)
זונטאג, מעי 13 2007
- וויליאמסבורג: סקאלפטשער ארטיסט ברויזט אויף די פעןס פון פאריס הילטאן איבער די גארער וועלט מיט זיין מאנומענט וואס מאלט אראפ איר סכנהדיגער לעבן וואס וועט פירן צו איר טראגישען טויט. - ווידיאו (ניו יארק פאוסט) - (עי.פי. ווידאו אינטערוויאו)
- נגינה: 2 נייע נגונים פון דעם פאפולערן פרומען אידישען זינגער ר' אהרן רזיאל. אוידאו (וויינעט)
- די עברית'שער וויקיפדיע קומט אונטער נעגעטיווע קריטיק פון 7 גרויסע ארץ ישראלדיגע פראפעסארן, וואס לויט זיי קומט אויס אז עס איז זייער ארים און אונטערשטעלוג כלפי די ענגלישע וויקיפעדיע; זיי צונעמען אלס משל 7 ארטיקלן; 1. חיים נחמן ביאליק; 2. משה רבינו; 3. צווייטער וועלט מלחמה; 4. מייקל גורדן; 5. נינט טייב; 6. ניעל ארמסטראנג; 7. און קוואנטום מעכעניקס וואס אין אלע פעלט די פאנדעמענטאלע דעטאלען פון אירע דעפעניציעס. (ען.אר.זשי.) אנטווארט פונם הויפט מנהל און ביוראקראט ר' דוד שי: איך באגריס די ערשטער נארמאלער קריטיק אויפן פרייען און אפענעם אנציקלאפעדיע פראיעקט פון די איזראעלי מידיע, וואס האבן ביז היינט דאס בשום אופן געוואלט אנערקענען אלס עקזעסטירענד, אבער דער ארטיקל פון מעריב ווייזט אויף די עם הארצות פון צייטונג אין אירע פראפעסארן אז אויב וועל איך מגולגל ווערן אין א פיש האב איך איין ביטע צו גאט; אז דער געשעפטס מאן זאל מיך נישט איינוויקעלען אין זייער צייטונג פאפיר ביים פארקויפן[2]. באנוצער'קע יחסיות האמת צייגט אן: דוקא אט די פעילערהאפטיגע ארטיקלן קען מען ניטאמאל טרעפן באשריבן אין קיין עברית'שער ענציקלאפעדיע, דאס ווייזט דאך אז די וויקיפעדיע איז באמת יא די רייכסטער ענציקלאפעדיע אויפן איזראעלי סטאנדארט. (מזנון)
- פעשאן דעזיינער דאונע קערן באזוכט אין ארץ ישראל. (וויינעט)
- ירושלים וועט מעגליך ווערן איינגענומען דורך כאמאס ערקלערט מעיאר ר' אורי לופליאנסקי. (וויינעט)
- אייראפע און יו.עס. אמבאסאדארען וועלן בויקאטירן ירושלים טאג פייערונג. (וויינעט)
- טעלעוויזשען שוי צווינגט חסידישען וויליאמסבורג ריעל עסטעיט אנטוויקלער צו פארהאנדען מיט גויאישע טענעטס פון דירות וואס ער האט לכתחילה געוואלט בויען פאר א מוסד און איז נישט לעגאל פאר גוי'אישע רעזידענטס צו וואונען דארטן. ווידיאו. (ניוז 9 טעלעוויזשען)
- אמעריקען אפערעל קליידונג געשעפט טשעין סטאר ערזעצט ריזן עד אין די לאוער איסט סייד פון אומצניעותדיגע מאדעל צו בילד פון וואודי אלען אלס אדמו"ר מיטן אויפשריפט אין יידיש: דער הייליקער רבי.... - בילד (פארווארד)
- חרדישער איד געכאפט ביים גרעניץ אין בן גוריון עירפאר מיט א פערטל מיליאן יורא באהאלטן אין זיין טלית ותפילין זעקל. (ידיעות אחרונות)
- קו הציבור: בראדער רב פון וויליאמסבורג באזוכט ביי הרב שטיינעמאן אין בני ברק. (כל העולם כולו)
- ירושלים: אידישע פרייע סטודענטען שלאגן זיך מיט פאליציי ביי זייערס א מוחאה, צענדליגע אונטער ארעסט. (וויינעט)
- קרית יואל: באיאנער רבי באזוכט אין בית השחיטה מיטן באגלייטונג פון ר' אהרן טייטלבוים דער רב און ראש הקהל ר' מאיר הירש. - בילד. (בח"ח)
- ברוך דיין האמת: פיר אידן טויט נאכן דערטראנקן ווערן אין ים המלח. (וויינעט)
- ברוך דיין האמת: טאהשער רביס טאכטער געשטארבן, קוים א חודש נאך איר גט פון ליזענסקער רבי פון מאנסי. (בח"ח)
פרייטאג, 11טן מיי 2007
- וויליאמסבורג: דער חרדישער פאטא קאמפאני בי. ענד עיטש וועט אויפבויען גיגאנטישען געביידע פאר א ווערהאוז אינעם ברוקלין נעיווי יארד פאר די ווערד פון פופציג מיליאן דאלער. (קאמערציאל נייעס)
- בני ברק: באקאנטער חרדישער ביזנעסמאן געטארפן שולדיג דורך ר' שמואל וואזנער און אין פרייען געריכט פארן אביוזן ווייב און פירן סעקס מיט זיין ארבייטער. (בח"ח)
- חרדים און אינטערנעט: רבנים אין בארא פארק פירן אסיפה קעגן אינטערנעט, ר' משה גרין ערקלערט: עסקנים זאגן מיר אז דער קאמף איז פארלוירן, אבער מיר דארפן ווייטער קעמפן. נייע קאמיטעט פון 3 רבנים; ר' משה מנחם ווייס; ר' מיכל שטיינמענץ און קאסעווער רבי, אויפגעשטעלט צו זעהן וואס מ'זאל טאן ווייטער. (אידישע וועלט)
- מצוה הבאה בעבירה: טראץ איסור פון חרדישע רבנים קעגן אינטערנעט, איז די באקאנטע היסטארישע וואלאזשאן ישיבה אפגעהאלטן פון פארלוירן ווערן צו די גוים דורך ישיבהדיגע חרדישע וועב סייט. (ישיבה וועלט)
- פעדס אינוועסטיגירן ליבעראלן פילם פראדוציררער מייקל מאור פארן טראגן קראנקע רעטונגס ארבייטער פון גראונד זעראו קיין קובא צו ווייזן פאר אמעריקע אז זייער סאציאלער העלט קעיר סיסטעם איז בעסער ווי אמעריקעס. (ניו יארק פאוסט)
- אמעריקאנער דאקטער וואס איז ארעסטירט צוליב זייענדיגע א מיטגליד אין דעם טעראר גרופע אל קעידא, טענה'ט אז זיין שווערן געטרייהייט צום טעראר צעל איז חלילה נישט געווען צו הארגענען אנדערע, נאר בלויז צו קענען נאך פרויען ווייל זיין איצטיגער אמעריקאנע ווייב וויל נישט געבוירן מער ווי 4 קינדער. (ניו יארק פאוסט)
- בראזיל: ערשטער כשר מעקדאונעלד אין חוץ לארץ. (זשעי.טי.עי.)
- כאמאס נעמט אראפ מיקי מאוז פון טעלעוויזשן וואס העצט צו טויטן אידן. (עי.פי.)
- אמעריקאנע אידן דעבאטירן אויב צו לאזן פלאטירן מדינת ישראל פאן איבער די שולען. (זשעי.טי.עי.)
- חוזרי בשאלה פון ליובאוויטשער לאגער טרעפן זיך די ווארעמער פלאץ אין חרדישען געגענט קרוין הייטס. (זשאואיש וויק)
- קעי.על.עם באשולדיגט אין העלפן נאציס. (בי.בי.סי.)
- בארא פארק: עסקנים פועלן אויס רעגירונג פראגראם פאר סיידוואק און גאדער איבערבוי. - בילדער (ברוקלין סטאר)
- וויליאמסבורג: סי.זשעי.סי אינטערווינירט צו העלפן ביי ארעסט איבער שטאטישע פארגראמן. (דער בלאט)
דאנערשטאג, 10טן מיי 2007
- האט דער אלגעמיינער זשורנאל א צוקנופט? א חסידישער אידיש רעדן'דער שרייבער פארן אלגעמיינער זשורנאל קריטיקירט זייער אפענקייט אז עס אנטהאלט בילדער פון פרויען אין די נייעס, וואס איז לויט אים נישט צום הארצן פאר די השקפה פון דער סארט אידיש שפראך באנוצער, וואס זענען נישט קעגן ציונות און נישט פאר ציונות און דארפן ווען לויט אים זיין דער ליינער קרייז פון די אלגעמיינער. (יעקב בריל\אלגעמיינער)
- רבנים פון די מזרחי קרייזען ספראווען זיך מיט די פראבלעם אז אינגע קינדער האבן פרייע אינטערנעט צוטריט. (ערוץ 7)
- אגודת ישראל חבר הכנסת ר' יעקב ליצמאן טענהט אז די 2 ליטווישע חברי הכנסת פארהאנדלן אריינגיין אין רעגירונג אן רשות פון די רבנים, ר' אברהם רביץ און ר' משה גפני טענהן אבער אז הרב אלישב האט זיי געגעבן א ברכה דערויף. (ען.עף.סי.)
- קאנסערוועטיווער געשטימטער פרעסטיזשפולער וואל סטריט זשורנאל אין לענגערן עקספאוזעי דעקט אויף אז די גאנצער מערכה צו אימפיטשען, דעם פרומע אידישען פארזיצער פונעם וועלט באנק, פאול וואלפאוויטש, אז דאס איז גאר ארקסטערט און אנגעפירט מיט די געלט פון דעם אידישען ליבעראלען ביליאנער סאראס. (וואל סטירט זשורנאל)
- דער קאנסערוועטיווער ביליאנער און מידיע מאגנאט, רופערט מורדאק שטעלט זיך צו צי די ליבעראלע קרוסעיד איבער גלאבאלע ווארעמונג און נעמט אויף זיך פאר אז זיינע קאמפאניס וועלן זיין באגרעניצט וויפל עמישאןס זיי מעגן ארויסלאזן צום אטמאספערע נישט צו שעדיגן די ענווייערמענט. (ניוז.קאם)
- שעלדאן אַדעלסאָן פאמיליע-פונדאַציע מנדב פיר און אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר צו גרינדן שולע פאַר סטראַטעגישע שטודיעס אין ארץ ישראל אונטער די אנפירערשאפט פון נתן שאראנסקי. (אלגעמיינער)
- אינטערנעט ווידיאו טעכניק: טאני בלעיר וועילט אויס צו שיקן זיין קאנגראטולאציע פארן ערוויילונג פון נייעם פרעזידענט אין פראנקרייך, ניקאלעס סארקאזי דוקא אויף יוטוב. (אלגעמיינער)
- אידישיסטישער קאנצערט קומט פאר אין ניו יארק. (תפוז אידיש)
- נייע ניגון פון דעם חרדישען נגינה שטערן ר' ליפא שמעלצער. - אוידאו. (בח"ח)
- סעליברעטיס קויפן איין ביי דעם חרדישען פאטא געשעפט אין מאנהעטן בי. ענד עיטש. - בילדער. (בח"ח)
- וויליאמסבורג: יו.זשעי.אוי. וועט באעהרען עסקנים פאר זייערע לייסטונגען פאר פרומע אידן: 1) פרומען אידישען לויער נעט לואין; 2) דער חרדישער עדווערטייזונג מאגנעט ר' אהרן נאה; 3) אקטיוויסט וואס האט געהאלפן רודףען זשימי קארטער פאר זיין בוך וואס אנהאלט אנגעבליך אנטיסעמיטיזם; און נאך. (כל העולם כולו)
- בני ברק סאטמאר זאליס: מלכותדיגע אויפנאמע פאר ר' משה גבאי אין ארטיגן כולל. - בילדער פון באזוך צוזאמן מיטן חרדישען מיליאנער, ר' אליעזר קעסטענבוים. (בח"ח)
- 2 ארעסטירט אויף חשד פון פראבירן הארגענען א פאליציאנט (CBS)
מיטוואך, 9טן מיי 2007
- ירושלים: אראבישע פאפולאציע וואקסט צוויי מאל אזוי שנעל ווי די אידישע איינוואונער אין שטאט. (עי.עף.פי.)
- ארטאדאקסישער געבורט ראטע וועט ראטעווען אידישע מערהייט אין ארץ ישראל פון די אראבער וואוקס. (וועלט טריביון)
- באדן ביים אריינגאנג צו ירושלים פון בית היתומים פון הרב דיסקין ווערט פארקויפט פאר לוי לבייב צו בויען הונדערטע דירות. (בח"ח)
- יונתן פאלארד שיקט אפ צדקה טשעק פון תפיסה קיין שיכון סקווירא נאכן ליינען אין המודיע איבער נויטבאדערפטיגע משפחות וואס זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ פון פייער. (חדשות אנש)
- דעבאטע אפגעהאלטן אין ניו יארק צו איז גאט אגוטער? קריסטאפער היטשענס: ניין. על שארפטאן: יא. (ניו יארק טיימס)
- די פרעסטיזשפולער צייטונג וואל סטריט זשורנאל ווידמעט פראנט פעיזש צו באהאנדעלן וויאזוי דער חרדישער איטאליענער געבוירןער חב"ד שליח, ר' בערל לאזאר, האט זיך דערהויבן צו ווערן הויפט רב און פירער פון רוסלאנדס אידישע געמיינדע, על אף וואס ער האט נישט געקענט דעם שפראך און קוים געהאט א רוסישען פאספארט, אלעס א דאנק דעם חרדישען ביליאנער ר' לוי לבייב און לאזארס נאכאנאנדיגע חנופה צום קרעמלין אונטער וולאדימער פוטין ערקלערנדיג עס איז נישטא קיין אנטיסעמיטוזם אין רוסלאנד. (וואל סטריט זשורנאל)
- וואשינגטאן די.סי. חב"ד שלוחים באזוכן ווייסן הויז און קאנגרעס. - בילדער. (קרוין הייטס אינפא)
- מוזיעם באשאפן פאר דייטשען וואס האבן באהאלטן אידן בעתן האלאקאוסט. (עי.פי.)
- פרומער אידישער מידיע מאגנאט בעל הבית פון מקור ראשון און נאך צייטונגען אין ארץ ישראל וועט אנהייבן ארויסגעבן ביזנעס וויק מאגאזין אויף עברית שפראך. (פי.אר.ניוזווייער)
- וויצע פרעזידענט דיק טשעיני אין סורפרייז וויזיט אין באגדאד צו מאכן שלום צווישן די קעגןארטיגע פראקציעס וואס פירן די רעגירונג אין איראק. (עי.פי.)
- סייענטיסטן טרעפן און אידענטיפיצירן די זשיןס פון די מענטשען וואס זענען פאראנטווארליך אויף דעפרעסיע גייסטישע קרענק וואס הייסט בייפאולער. (טעלעגראף)
- 6 ארעסטירט אין ניו זשערסי אינמיטן פלאנען טעראר אטאקע אויף מיליטערישע באזע. (ניו יארק טיימס)
- מער און מער רבנים געבן היתר ארויפצוגיין אויפן הר הבית. (הארץ)
- א מאנגל אין אייער פאר קינדער אינגע פארפעלקער ווענן זיך קיין ארץ ישראל. (ניו יארק מאגאזין)
- ישראל כנסת מיטגליד יחימוביץ פון די פרייע עבודה פארטיי, ווארנט הרב לאו נישט צו לויפן פאר דאס נשיאות פון ארץ ישראל, סטראשעט אז עס וועט אויפגעדעקט ווערן קעגן אים נישט איינגענעמע פאקטן פון זיין אומאיידלער אויפירונג אין פריוואטען לעבן.(מעריב)
דינסטאג, 8טן מיי 2007
- וויליאמסבורג: חרדישע פארפאלק פאראורטיילט צו קאמיניטי סערוויס און געלט שטראף פארן ארויסשווינדלען יו.עס.עי. געזונטהייט רעגירונגס פראגראם פאר ארימע, מעדיקעיד, דורך ערקלערן פאלטשער סומע פון זייער איינקומפט אז זייער פרנסה געהאלט איז קלענער ווי דער אמת נאכדעם וואס איז אויפגעוויזן אין געריכט אז זיי פירן גאר א פארמעגליכע לוקסוסדיגע לעבנסשטייגער מיט א צווייטער זומער הויז אין קאנטרי אויכט. (ברוקלין איגל)
- עטליכע סיסאפס פון די ענגלישער וויקיפעדיע זענען געווארן אויס מנהלים, נאכדעם וואס זיי האבן זיך באנוצט מיט גאר שוואכע און פרעדיקטיבל פעסווארדס. און דורכדעם גורם געוואן וואנדאליזם אויפן הויפט בלאט וואס איז אויסגעמעקט געווארן צענדליגער מאל דורך אן אפענער פראקסי העקער וואס וואס האט אויך גענוצט די פעסווארדס פון די נישט אחריותדיגע סיסאפן צו בלאקירן אסאך באנוצער. (סינג פאוסט)
- פרייער אידישער חבר הכנסת יוסי ביילין פון מר"ץ פארטיי שלאגט פאר געזעץ וואס זאל ענדיגן ארץ ישראלס נאציאנאלער דרעפט פליכט פון מיליטער דינסט. דאס וועט געבן א מאסיווער אטאמאטישער פטור צו באפרייען אלע חרדישע ישיבה בחורים און כולל אינגעלייט, נישט צו דארפן זיצן אין כולל אדער ישיבה צו לערנען תורה אויב זיי דינען נישט אין צה"ל, אזוי ארום וועלן זיי ענדליך קענען אהיים ברענגן געהעריג פרנסה צו זייערע משפחות. (הארץ)
- ארכעאלאגיע: געטראפן קבר פון קעניג הורדוס פון בעפאר חורבן בית שני. (הארץ)
- מאטארביציקל דרייווער ליגט אפ טויט פון עקסידענט אויפן ראוד אין ארץ ישראל, צענדליגער מאטאריסטן פארן אדורך און קרויזן אים אויס ווי גארנישט וואלט געווען. - ווידיאו (וויינעט)
- כינע אין א נייעם עפאכע: רייכערע איינוואונער האבן מער ווי די געזעצליכע צאל 1 אדער 2 קינדער. (רויטערס)
- פראנקרייך: 600 אינגע לינקע אנארכיסטען אונטער ארעסט נאך ראיאטען וואס האט איבערגעלאזט 700 קארן געשעדיגט. צו פראטעסטירן די נצחון פונעם נייעם רעכטן קאנסערוועטיווער סארקוזי צו פרעזידענטשאפט. (עי.פי.)
- אידישער ביליאנער עדגער בראפמאן רעזיגנירט פון פרעזידענטשאפט פונעם וועלט אידישע קאנגרעס. (זשעי. פאוסט)
- דאלער זינקט צו א 7 יאריגער נידעריגקייט אנטקעגן דעם ארץ ישראל שקל. (פאקס ניוז)
- עם. טי. ווי. געשעפט אין טיימס סקוועיר באנוצט זיך מיט חסידים דאמיס אין זייער שוי פענסטער. (מיי בלופרינט)
- רעפאבליקאנער פריימעריס: רעקארדס צייגן אז אין קעגנווארט פון רודי זשוליאניס ערקלערונג ביים דעבאטע אז ער פערזענליך האסט אבארשען האט ער גאר ביישטייערט געלט פאר וואולטעטיגע ארגענעזאציע וואס געבט זיך אפ דורכפירן בחינם אבארשעןס פאר אינגע מיידלעך. (ניו יארק פאוסט)
מאנטיג, מעי 7 2007
- פראנקרייך: רעכטער קאנסערוועטיווער פרעזידענט קאנדידאט ניקאלאס סארקויזי באזיגט מיט 53 פראצענט דעם לינקען ליבעראלן סאציאלען פרוי קאנדידאט וואס האט באקומען 47 פראצענט שטימען. (זשעי. פאוסט)
- סיי ער און סיי זיין ווייב שטאמען פון אידן. (אי.זשעי. פרעס)
- פאליסטינער עפנען פייער אויף יו.ען. שולע אין אינערליכע כוח געראנגל. (זשעי. פאוסט)
- כשרס קאנפארענץ אין ירושלים פון כשרות ארגאנעזאציעס פון איבער די גארער וועלט באהאנדעלט שרימפ און וואדקע. (וויינעט)
- קרית יואל: פרומע חרדישע ווייבל לויער'קע רופט ארויס גוי'אישע מידיע אטענשאן. (רעקארד אונליין)
- ארץ ישראל: רעגירונג שטעלט צו אייניגע געלט שטיצע אין בוזשעט פאר פרייע מיט פרומע שולעס. (וויינעט)
- 4 איזראעלי דאקטוירים און סייענטיסטן ארויסגעהויבן איבער די וועלט מיט פרעסטיזשפולע אנערקענונג פאר זייערע ערפינדונגן און אויפטוען; 1) א מיקראסוירזשן מיט א טעכניק וויאזוי אראפנעמן טומערס פון ביינער בלויז דארטן ווי ספעלט זיך אויס און נישט מער; 2) אן ערפינדער פון א מאשין'קע וואס ארבייט פונקט ווי א נאז צו דערשמעקן און אזוי ארום דיאגנאזירן קענסער; 3) א פארשערקע וואס האט אויסגעטראפן א מעטאד וויאזוי צו באשאפן מוסקל טישו וואס די קערפער זאל נישט אפווארפן; 4) א פארשער וואס האט אנטוויקלט הארץ צעלן מיט א פעיסמעיקער פון סטעם סעלס. (וויינעט)
- ירושלים'ס חרדישער מעיאר, ר' אורי לופליאנסקי, צוזאמן מיט זיין קאנטערפארט דער אידישער מעיאר פון ניו יארק מייקל בלומבערג מארטשירן בראש פון טויזענטע אידן אויף פיפט עוועניו אין מאנהעטן ארויסציווייזן שטיצע פאר ארץ ישראל, נטורי קרתא מיט לינקע ליבעראלע גרופעס פראטעסטירן. (וויינעט)
- טערקיי: פרומער רעליגיעזער פרעמיער מיניסטער קאנדידאט ציעט זיך צוריק פון אמטירונג נאך שטורעמישע פראטעסטן פון פרייע מאסן אין אפאזיציע צו זיין אפגעטיילט שטאט פון רעליגיע. (ניו יארק טיימס)
- קענסעס: מאסיווער טורנעידא דערהארגעט 9 מענטשן. (עי.בי.סי.)
- אטוירני זשענעראל מני מזוז באפעלט יוסטיץ מיניסטער בטל מאכן די 15 חרדישע דיינים וואס האבן נישט געהאט די ריכטיגע קוואליפאקציעס נאר זענען בלויז פאליטיש פארבינדען מיט ש"ס פארטיי חברי הכנסת. (הארץ)
- 40 איזראעלי קאמפאניס האבן זיך געפענט דאס יאר אלייןס אין וויעטנאם. (ערוץ 7)
- מעקסיקא: 18,000 מענטש טוען זיך אויס נאקעט פאר ריזן מאסן קונסט בילד. (סי.ען.ען.)
- ארץ ישראל מוסדות החינוך מאכן נאך מנהג פון זומער קעמפס פון אמעריקאנע אידענטום. (הארץ)
זונטאג, 6טן מיי 2007
- ניקאלאס סארקאזי וואס איז פון יידישע אפשטאמען ווערט געוועלט אלס פראנצויזישער פרעזידענט (בי.בי.סי.)
- אידישע וויקיפעדיע ארויס פון פרומע הענט: די ווילן פון דער חרדישער קהילה רוב אידיש רעדער אויסגעפירט, סטוארטס מאכן אלע מנהלים אויס און קרוינען דריי דרויסענדיגע פרייע אידן אנצופירן דא די ווערטשאפט נאך וואלן, זיי פארשטייען אידיש, אבער קענען שווער שרייבן אידיש; באנוצער:דעני דער געוועזענער אנפירער פון אלע וויקיפעדיעס, באנוצער:דרורקעי וואס זיינע עלטערן רעדן אידיש אלס ערשטער שפראך און ער איז אזוי אויפגעצויגן געווארן. און באנוצער:הראל וואס רעדט דייטש און עברית דעריבער קען ער פארשטיין אידיש. (וויקיפעדיע רעזולטאטן)
- יו.עס.עי.: פרומער אידישער קהילה ליעזאן צו פרעזידענט בוש, ר' טויב-ה טרוי, דערהויבן צום אמט אין ווייסן הויז אלס געזונטהייט דעפיוטי סעקראטאר פון אמעריקע. (זשעי.טי.עי.)
- נייער קאנסערוועטיווער אידישער פירער רופט נאכצומאכן די לעבנסשטייגער פון די פרומע ארטאדאקסישע אידן וואס וואונען נאנט און פארקוועטשט איינער נעבן צווייטן אין איין געגענט כדי אזוי ארום צו ראטעוון זייער רעליגיעזע אידישע שטרעמונג פון גענצליכער אונטערגאנג. (זשעי.)
- וויליאמסבורג: שבת ביינאכט פראטעסט קעגן 2 פרומע בחורים וואס טוען סעקסואל מפתה זיין און רודפן לאקאלע חרדישע מיידלעך. (כל העולם כולו)
- איראק: קורדיש מיידל פארשטיינערט צוליב ליבע פאר סוני בחור פון אנדער רעליגיע. (דעילי מעיל)
- חיות אקטיוויסטען ווילן אז דער מאנקי זאל ווערן אנערקענט ווי א מענטש. (עי.פי.)
- אראבקעס פראטעסטירן אין וויען פאר די חרדישע מוסדת החינוך מען זאל צוריק אריינעמען ר' משה אריה פרידמאןס קינדער דארטן לערנען. - בילדער. (כל העולם כולו)
- אסיפה אין בארא פארק אויפקלערן די חרדישע פרויען איבערן פראבלעם פון אינטערנעט. (חדשות אנש)
- אינטערנעט ביי חרדים: דורכברוך אין צדקה פאנד פון חרדישען ווירטואלען שמועס גרופע בחדרי חרדים ווען גרויסע קליידונג קאמפאני איז מנדב פאר אירע מעמבערס אויף א באהאלטן דיסקרעטן אופן. (בח"ח)
- ארבייטער אין ארץ ישראל קאנסולאט אין מאנהעטן ווערט אויפגעזאגט פון זיין זשאב נאכער וואס די ניו יארק פאוסט דעקט אויף אז ער איז א געי וואס ארבייט פארט טיים אלס פארן אקטיאר. (עם.עס.ען.)
- פרומע הסדר ישיבה תלמידים ווערן אויסגעשלאסן פון די עליט קעמפערישע איינהייטן פון צה"ל ווי גולני און נאך, נאכדעם וואס הויפט פרומער גענעראל ערלויבט נישט מער סעגרעגאציע. (וויינעט)
מוסטער:Portal:Current events/2007 מעי 5 מוסטער:Portal:Current events/2007 מעי 4 מוסטער:Portal:Current events/2007 מעי 3 מוסטער:Portal:Current events/2007 מעי 2
דינסטאג, דעם 1טן מיי 2007
- וויליאמסבורג: מעיאר בלומבערג עלאוקירט פופציג מיליאן דאלער פון ניו יארק סיטי בודזשעט צוריק צו עפענען און איבערבויען היסטארישע ריזן סווימינג פול אין שכינותדיגן גרינפוינט געגנט. (ברוקלין איגל)
- וויליאמסבורג: ר' אריה לייב גלאנץ מאכט פאליטישע באנקעט צו שאפן געלט פאר לאקאלן קאנגרעסמאן עד טאונס, טויזנט דאלער פון יעדן באטייליגער אין ראוז קעסטל. מעיאר בלומבערג ערשיינט נישט כאטש אנזאג פון אינוויטאציע, ר' בעריש פרייליך, האלדזט זיך מיטן דיסטריקט אטוירני טשארלס היינס וואס האט אים געוואלט אריינשליידערן אין טורמע פארן סטראשען א מיידל צוריקציען אירע קלאגעס קעגן איר חרדישע טאטע וואס זי באשולדיגט אז ער האט איר געאנסט. (נ.י. דעילי ניוז)
- תשובה אויפן אינטערנעט: פאפולער נייע טרענד: שרייבט אייערע חרטה געפילען אויף ספעציעלע ווידיו וועב סייטס. (מיאמי העראלד)
- פראנקרייך: הונדערטער אידן אין עירפארט קבלת פנים, טויזנטער ספרדים הערן זיך צו צי מעסעזש פון תשובה פון הרב שטיינעמאן אין מארסיי, גערער רבי רעדט געציילטע ווערטער אין אידיש און קען זיך נישט איינהאלטן פון לאכן ווען ספרדים קושן אים די בארד. (הארץ)
- דער בלאט באריכט: ר' מנשה פילאפ געלאזט צוואה פון זיין טאטע אויפהערן שרייבן אין די צייטונג. (חדשות אנש)
- ירושלים באהאנגען מיט צעטליך צו מתפלל זיין פאר ר' ישראל אהרן קלעצקין. - בילד. (כל העולם כולו)
- חרדישער ביליאנער פון ארץ ישראל ר' לוי לעוויעוו קויפט אפ אלטע ניו יארק טיימס געביידע אין טיימס סקווער אין מאנהעטן, פאר 525 מיליאן דאלער. (זשעי. פאסט)
- אגודת ישראל מיט ארויסזאג קעגן עליאט ספיצערס פלאן צו לעגאליזירן געי אישית. (ישיבה וועלט)
- קאבאליסטען אין מיליטער וועלן זיך צאמקומען דעם ל"ג בעומר אין ירושלים. (זשעי. פאוסט)
- מזרחי - רעליגיעזע ציונים פארטיי ערעפענט אירע ראנגן אריינצונעמען מיטגלידער וואס זענען נישט רעליגיעז. (זשעי פאוסט)
- חרדישע איינוואונער אין גאולה פאראייניגן זיך קעגן חרדישן בירגערמייסטער פארן נישט רעגולירן ביזנעסער אין גאולה. (ען.אר.זשי.)
- גמ"ח צו פארבארגן הארטע אייער אום שבת, פאר די וואס האבן פארגעסן צו קאכן. (בח"ח)
- ישראלישער מאפיאנער פאראורטיילט צו 12 יאר טורמע אין פלי בארגעין וואס וועט אים לאזן דאס דינען אין ארץ ישראל. (הארץ)
- איראן אסרט אינטערנעט צוטריט צו וועב סייט וואס באהאנדלט אכמאדיניזשאדס האלאקאוסט לייקענונג. (אי.זשעי.פרעס)
- אין ליכט פון די וויינאגראד קאמיטע: מדינת ישראל מיניסטאר פון די ארבעטער פארטיי, ערקלערט זיין רעזעגנאציע, זאגנדיג: איך קען נישט מער זיצן אין א ממשלה וואס אהוד אלמערט איז איר הויפט! די רעזיגנאציע דראעט ארויסצושלעפן די גאנצע ארבעטער פארטיי פון די רעגירונג, וואס קען פירן צו פריע וואלן. (YNET)
- מיטגליד אין ירושלימ'ער שטאט ראט, עפנט קאמף אראפצונעמען טעדי קאלעק'ס נאמען פון אלע ציבור'ישע אנטשטאלטן, נאך שוידערליכע אנטדעקונג אז ער איז געווען א מסור, וועלכער האט איבערגעגעבן אידן פון דער קעגנערישער אצ"ל פראקציע פאר דער בריטישע רעגירונג אין פאלעסטינע זיי צו הרג'נען. (ען עף צע NFC)