עפענען הויפטמעניו

ל"ג בעומר איז א יידישער פייערטאג וואס מען פייערט דעם 33 סטן טאג פון עומר-ציילונג צום אנדענק פון רבי שמעון בר יוחאייארצייט.

מען זאגט נישט קיין תחנון ביים דאווענען (אין מערסטע קהילות זאגט מען אויך נישט ביי מנחה דעם פריערדיגן טאג). ביי אשכנזים איז מען זיך נוהג אז מען מעג זיך שערן און חתונה האבן ל"ג בעומר. ווען ל"ג בעומר געפאלט זונטאג שערט מען זיך דעם פריערדיגן ערב שבת.

די חדר יינגלעך האבן דעם טאג א יומא דפגרא. מען איז געוואוינט צו מאכן אויספלוגן פאר די קינדער.

מנהגיםרעדאַקטירן

 
דער קבר פון ר' שמעון בר יוחאי

אין חוץ לארץ איז אלעמאל געווען דער מנהג אז די חדר יינגלעך גייען אויף אן אויספלוג דעם טאג, און מען שפילט מיט פיילן און בויגן.

דער מנהג פון ארויפֿגיין קיין מירון ל"ג בעומר ווערט דערמאנט צום ערשטן און ספר שער הכוונות פון רבי חיים וויטאל, אז זיין רבי דער אר"י הקדוש איז דארט ארויף, אבער ער שרייבט דעם לשון אז דאס איז שוין דעמאלט געווען אן אלטער מנהג.

היינטיקע צייטן גייען ארויף קיין מירון ארום א האלב-מיליאן מענטשען, עס ווערט אנגעצינדען דארט א גרויסע הדלקה דורך דעם באיאנער רבי'ן שליט"א וואס האט דאס בירושה פין זייו זיידן הר"ר ישראל פון רוזשין זצ"ל. אויך ווערט אנגעצונדן הדלקות דורך אנדערע אדמורי"ם.

אסאך פירען זיך אפצושערן זייערע דריי יעריקע אינגלעך און זיי מאכען פיאות וואס ווערט אנגערופן חאלאקע. דער מנהג ווערט אויך דערמאנט אין שער הכוונות.

ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה

עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר

שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב

ראש חודש | חול המועד | תענית