וואל סטריט זשורנאל

אמעריקאנע ביזנעס צייטונג

וואל סטריט זשורנאל איז דער ביזנעס טאג-צייטונג וואס האט איבער 2 מיליאן ליינער פון ארום די גארער וועלט. עס איז זייער פרעסטיזשפול און האט שוין געווינען 29 פוליצער פרייזעס.

זיי האבן צוגעלייגט קאליר צום פראנט זייט פאראיאר

עס איז א בראדשיט ווי די ניו יארק טיימס, אבער עס האט כמעט נישט קיין בילדער נאר אזעלכע קאמפיוטער גראפיקס פון פנים'ער פון מענטשן און נומערן.

עס ווערט ארויסגגעבן אין ניו יארק סיטי מיט אזיע און אייראפע אויפלאגעס. דורך די דאו זשאונס קאמפאני.

איר הויפט קאנקורענט איז דער פיינעסל טיימס פון לונדון. און עס איז דער צווייטער גרעסטער צייטונג נאך יו עס עי טודעי.

עס איז באקאנט פאר איר ערשטע זייט, וואס האט איין קאלום וואס טוט זיך אין די גאנצע וועלט אין קורצען און אינעווייניג איז מער באריכות.


די עדיטאריעל איז זייער קאנסערוועטיוו געשטימט, אבער די נייעס רעפורטארשזען זענען מער לינק און נישט צוגעבינדען צו די מיינונגען פון די רעדאקטארן.

איר הויפט נייעס איז בעיקר פינאנץ און ביזנעס דעריבער טראגט דאס דעם נאמען נאכן גאס אין מאנהעטן אווו עס געפינט זיך די סטאק מארקעט; וואל סטריט.