אריה לייב גלאנץ
ר' אריה לייב גלאנץ איז דער אנפירער פון די ארונישע מוסדות החינוך אין וויליאמסבורג, ער איז געווען דער אנפירער פון די סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג ביז די זאלוינים האבן דארטן איבערגענומען די ווירטשאפט.
זיין קאריערע האט זיך אנגעהויבן אלס א באס דרייווער, וואס ר' לייביש לעפקאוויטש דער דעמאלטסדיגער מנהל האט אין אים געזעהן אן ענערגעטישער עסקן און אים דערהויבן ביזן שפיץ, אנצופירן די ברייט פארצווייגטע נעץ פון בנינים און פינאנצען, ביז דרשות ביי צוזאמקנופטן, ער איז געווען נאנט צו אלע פאליטיקער וויסענדיג אז ער קאנטראלירט די שטימע פון וויליאמסבורג. זיין ארבייט איז געווען פיר און צוואנציג שטונדען, פון פארמאכן חתונה זאלן שפעט אויפדערנאכט ביז פארטאגס קאנטראלירן די באסעס. ער האט א עס. יו. ווי. פאר זיינע צוועקן למען אחינו בני ישראל, ער פלעגט אויך אנפירן די חברה הצלה.
די זאלוינים ווען זיי האבן אים ארויסגעשליידערט פון די מוסודות האבן אנגעגעבן דער סיבה דערפאר נישט ווייל ער איז אן ארוני, נאר צוליב דעם וואס ער האט נישט גוט געפירט די פינאנצן, און איז בלויז פארנומען געווען מיט פאליטיק פון שוויצן און זיך מאכן וויכטיג מיט לעלו לייטס. מלכתחילה האבן זיי אים צוגעזאגט גרויס געלט פארן אפטרעטן, און ער האט געווארט דערויף א לאנגע צייט, זיך אפילו צושטעלנדיג צו זייער פארטיי, אנשטעלנדיג א פנים כאילו ער איז א זאלי, אבער ער איז מיד געווארן פון ווארטן אויף די געלט, און נאך פינף יאר האט ער זיך אפן ארויסגעשטעלט אלס ארוני.
ווען ער איז געפלויגן פון די זאלוינים האט ער אויסגענוצט זיינע פאליטישע קשרים צו באקומען א שטעלע ווי א טשאפלאן אין איינע פון די טורמעס אין ניו יארק דערמיט ווייטער ארויסהעלפנדיג אין עסקנות, אבער קיין ברויט אין שטוב האט ער נישט געהאט.
אום 16טן יוני 2009, האט גלאנץ רעזיגנירט פון זײַן שטעלע אלץ טשאַפּלאַן [1] אַ אַרבעט און טיטל וואס ער האט ערשט באקומען אין אקטאבער 2000 אין די לעצט יאָרן פון דער דזשוליאַני אַדמיניסטראַציע מיט דער הילף פון ברוס י טייטלבוים, דעמאָלט טשיעף אוו סטעף צו ניו יארק מעיאר רודאָלף וו . דזשוליאַני.
אום דעצעמבער 2011 איז הרב גלאנץ בא'קנס'ט גאווארן מיט $2,500 [2][3] פארן אקצעפטירן א זילבערנעם בעכער און טאץ אלץ שוחד.
אום 4טן סעפטעמבער 2012 האט הרב גלאנץ זיך דערקלערט שולדיג פאר סעקשאן 8 שווינדלעריי.[4]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ ניו יארק טיימס, פראפיל,
- ↑ After Jailhouse Bar Mitzvah, Rabbi Is Fined for Accepting a Gift, (ניו יארק טיימס),
- ↑ In the Matter of Leib Glanz, (קארט פאפירן),
- ↑ Brooklyn Rabbi and His Brother Plead Guilty in Section 8 Fraud, (ניו יארק טיימס),