ווייכווארג
װײכװאַרג (ענגליש: software) שליסט איין אלע פראגראמען פאר א קאמפיוטער (אקעגן הארטווארג וואס באדייט די פיזישע טיילן פון א קאמפיוטער).
יעדער קאמפיוטער פארמאגט הארטווארג וואס איז די פיזישע כלים, ווי א ווידעא קארטל, א הױפּט־טאָװל, אדער א DVD ROM. צו דעם קומט די סאפטווער וואס באשטייט פון געשריבענע קאד, וואס זאגן פאר'ן קאמפיוטער וואס צו טאן און וויאזוי צו מאנעוורירן מיט די מאשינקע.
ווייכווארג איז כולל:
- אפליקאציעס וואס טוען געוויסע אויפגאבעס פאר באניצערס, למשל ווערטער פראצעסארן;
- סיסטעם ווייכווארג וואס א קאמפיוטער דארף האבן צו פונקציאנירין, למשך אן אפערירן סיסטעם;
- מיטלווארג וואס קאנטראלירט פארשפרייטע סיסטעמען.
יעדע קאמפיוטער פארמאגט הארטווארג וואס איז די פיזישע כלים, ווי א ווידעא קארטל, א מוטער-טאוול, אדער א דיווידי ראם. צו דעם קומט די ווייכווארג וואס באשטייט פון געשריבענע קאד, וואס זאגן פאר'ן קאמפיוטער וואס צו טאן און וויאזוי צו מאנעוורירן מיט די מאשינקע.