האנג קאנג
האנג קאנג (כינעזיש: 香港), אפיציעל דער האנג קאנג באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן (כינעזיש: 香港特別行政區), איז געווען א בריטישע קאלאניע וואס איז געווארן א באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן פון דער מענטשנ'ס רעפובליק פון כינע אין 1997. האנג קאנג נעמט אריין א האלבאינזל און 236 אינזלען אויף כינע'ס דרום בארטן.[1] האנג קאנג האט אנטוויקלט צו איינעם פון דער וועלט'ס הויפט פינאנציעלע צענטערן.[2]
דעמאגראפיערעדאַקטירן
אין יאר 2007 האט די באפעלקערונג פון האנג קאנג אריבערגעשטיגן 7 מיליאן.
קולטוררעדאַקטירן
די קולטור פון האנג קאנג האט מזרחדיקע ווארצלען מיט מערבדיקע איינפלוסן. אויך די האנג קאנג קיך איז א צונויפשמעלץ פון מערבדיקע און מזרחדיקע קיכן.
האנג קאנג האט א קאמפקונסט פילם זשאנער וואס איז געווען שטארק פאפולער אין די 1960ער און 1970ער יארן. פון האנג קאנג איז געקומען דער פילם אקטיאר און קאמפקינסטלער ברוס לי.
רעפערענצןרעדאַקטירן
- ↑ Geography and Climate, Hong Kong (PDF). Census and Statistics Department, The Government of Hong Kong SAR. דערגרייכט דעם 10 January 2007.
- ↑ The World's Most Competitive Financial Centers - Slideshows - CNBC.com. www.cnbc.com. דערגרייכט דעם 2009-10-30.
אכמעדאבאד • באגדאד • באגאטא • באנגאלאר • באנגקאק • בייזשינג • גוואנגזשו • דאנגואן • דאקא • דזשאקארטא • דעלהי • הא טשי מין שטאט • האנג קאנג • האנוי • היידעראבאד • וואוהאן • טאקיא • טיאנדזשין • טעהראן • טשעניי • יאנגאן • לאגאס • לאהאר • לאנדאן • לואנדע • לימא • מאסקווע • מומביי • מעקסיקע שטאט • ניו יארק סיטי • סאא פאולא • סאנטיאגא • סטאמבול • סינגאפור • סעאל • פאשאן • פייזאלאבאד • פעטערבורג • קאראטשי • קיירא • קינשאזע • ריא דע זשאנערא • ריאד • שאנטו • שאנכיי • שענזשען |