גרינצייג
גרינווארג, גרינווארג, גרינצייג, גרינסן אדער אָװאָשטשעס אדער ירקות (לשון קודש) באדייט דעם עסבארער טייל פון א פלאנץ. ער איז אפט פונעם גרינעם קאליר, אבער ס'איז פארהאן גרינצייג וועלכע זענען לגמרי נישט גרין נאר אנדערע קאלירן, אבער טראגן דעם נאמען גרינצייג.
גרינצייג וואקסן אין אלגעמיין אויף דער ערד, און נישט אויף א בוים, און פארמאגן גאר א רייכן אינהאלט פון וויטאמינען און מינעראלן, וועלכע זענען זייער געזונט און געבן קראפט פארן מענטש.