אַן אַפֿריקאַנישער לעמפּערט

דער לעמפּערט (Panthera pardus; נקבה: לעמפּערטיכע) איז אַ גרויסע קאַץ פֿונעם מין פּאַנטער וואס וואינט אין אַפֿריקע און אַזיע.

אנדערש ווי לייבן, לעמפּערטן לעבן נישט אין גרופעס. די דערוואַקסענע זכרים לעבן אַליין, און די נקבות לעבן נאָר מיט זייערע קעצלעך. לעמפּערטן לעבן אין אומגעגנטן מיט עטלעכע ביימער. זיי קענען אויפֿשטייַגן ביימער און טוען דאָס שטענדיג. זיי קענען טראָגן זייער שפייז אויף ביימער און באַשיצן עס פֿון היענעס און לייבן. ביימער זענען זייערע הויפּט באַשיצונג פֿון לייב אדער הונט אַטאַקעס.

די קאַץ מיט דער מערסט ענלעכער לעבנסשטייגער איז דער יאַגואַר, וואס לעבט אין צענטראַל און דרום אַמעריקע.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לעמפּערטן