שיכון סקווירא

חסידישער שטעטל

שיכון סקווירא, אדער ניו סקווער (ענגליש: New Square), איז באקאנט אלס דאס ערשטע חסידישע שטעטל אין די פאראײניגטע שטאטן. עס איז געגרינדעט געווארן אין ווינטער תשי"ז, דורך רבי יעקב יוסף טווערסקי, סקווערער רבי. רבי יעקב יוסף איז אויך דער ערשטער נפטר וואס איז באערדיגט געווארן אין דעם סקווערער בית החיים. אירע איינוואוינער זענען בעיקר סקווערער חסידים, וועלכע זוכן צו האלטן א חסידישן לעבנס-שטייגער אפגעטיילט פון דער סעקולערער וועלט. היינט צו טאגס ווערט דאס געפירט דורכן זון פונעם גרינדער, דער איצטיגער סקווערער רבי, רבי דוד טווערסקי. העלפט פון תושבי שיכון סקווירא זענען בני תורה, א שיינעם חלק האבן 'הוראה'.

שיכון סקווירא
www.newsquare.us
פּלאָמבע פון ניו סקווער

דאס שטעטל געפונט זיך אין דער שטאט ראמאפא, אין ראקלענד קאונטי, ניו יארק, צפון פון הילקרעסט, ספרינג וועלי און מאנסי, מזרח פון וואיאולע, דרום פון ניו העמפסטעד און מערב פון ניו סיטי. ביים 2020 צענזוס האט ניו סקווער געהאט א באפעלקערונג פון 9,679.

דער דומ"ץ פון שטעטל איז רבי יוסף ישראל אייזנבערגער. און די דיינים זענען רבי שלום פאללאק און רבי זאב נחום גאלדמינצער. אונטער זיי זענען דא נאך מורי צדק אין כשרות און ממונות אפטיילונג א.ד.ג., און דער שליח בי"ד איז ר' שלום רייצנשטיין. אין שטעטל געפונט זיך דער סקווערער ישיבה ומתיבתא. די ראשי ישיבה ומתיבתא אין שטעטל, זענען הרב אבא גארדאן און הרב מאיר פאכטמאן.

דער היינטיגער בירגערמייסטער פון שיכון סקווירא איז ישראל משה שפיטצער, און דער קלערק-קאמיסאר איז דוד ברייער. דער 'שמש פונעם הויף' איז דער אקטיווער גענעראל מאטל גרינוואלד, וואס פירט אן אלע ארבעט וואס אנבאלאנגט דעם רבי'נס הויף. דער שול-גבאי איז ר' יעקב שפירא, און דער פינאנץ מיניסטער פונעם הויפ'ס קאסע, איז ר' שלום בער פישל.

אין שטעטל ווערט געבויט א ריזן שול וואס וועט זיין די גרעסטע שול אין אמעריקע.

די גאסן פונעם שטעטל

רעדאַקטירן

די נעמען פון די ערשטע גאסן, זענען געווארן גערופן אויף די נעמען פון אמעריקאנער פרעזידענטן, לשלומה של מלכות. די הויפט גאס פונעם שטעטל איז וואשינגטאן עוועניו, און פון דעם קען מען זיך דרייען צו זשעקסאן עוועניו, וואס פון דארט קומט מען אן קיין טאפט לעין, און ווייטער ווידער קיין וואשינגטאן, וואו מ'קען פארן קיין אייזנהאוער, אדער טרומאן און דזשעפערסאן עוועניו, וואס איז דער צענטער פונעם סקווערן הויף, שול, און חצר פונעם רבי'ן, און אנדערע ציבורישע בנינים, און ביי דער ענדער גאס געפונט זיך דער שאפינג צענטער. פון וואשינגטאן ווייטער קען מען אריינגיין צו לינקאלן עוועניו, וואס פירט אויך קיין רוזעוועלט (וואס ביים ענדע גאס איז די בית החיים) און פון דארט קיין אדאמס לעין, אדער דורך לינקאלן קיין מאנראו לעין. דאס זענען די גאנץ עלצטע גאסן, ביים גרינדונג פונעם שטעטל.

שפעטער, אין די תש"מ יארן, איז צוגעבויעט געווארן נייע גאסן, ווי ווילסאן אונטער אייזנהאוער, קליוולאנד און העריסאן און ביוקענען, דורך דזשעקסאן עוועניו, וואס זענען רעגירונגס-געבויעטע פאמיליע הייזער. מיט צען יאר דערויף, אין די תש"נ יארן, האט די ווילעדש אליינס געבויט א גאנץ נייע געגנט פון גאסן, ארום די אלטע גאסן, און אונטער וואשינגטאן און לינקאלן - אדאמס, איז אויפגעבויעט געווארן, בוש, קלינטאן, רעיגען, און סוף די גאסן טרומאן און אייזנהאוער, איז געבויעט געווארן גארפילד עוועניו.

צען יארן דערויף, אין די תש"ס יארן, האט מען אנגעהויבן פריש בויען א רייע מיט גאנץ נייע גאסן - נעבן די פריערדיגע נייע גאסן, אבער זיי זענען שוין מיט אידיש-הייליגע נעמען בעיקר אויף נעמען פון חסידישע הויפן. צווישן אדאמס און רעגן, איז אליק, וואס דארט איז אויך די מיידל שולע, און חתונה זאל. נעבן קלינטאן און בוש, איז קאריץ און שטערן (אין אנדענק פון א גרויסער נדבן - ר' חיים און זיין זון אברהם שטערן ז"ל), ווי דארט געפונט זיך די קאמפלעקס פונעם חדר. און ווידער צווישן רוזעוועלט און גארפילד, האט מען צוגעבויעט אוסטראה, זיטאמיר, בארדיטשוב און אוסטילע גאסן.

אין די תש"ע יארן, האט מען צוגעלייגט נאך פיר נייע גאסן, וואס הייסן, סלאוויטא, מעזריטש, פולנאה, טיטיעוו, אפטא, פֿאסטאוו.

שבת אין סקווירא

רעדאַקטירן

די ערשטע וואך, ווען דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן, איז נישט געווען קיין מנין שבת, מען האט געמוזט ברענגען מנין פון דערנעבענדיגן מאנסי. נאך שבת ווען מ'האט עס פארציילט פארן סקווערער רבי׳ן ז"ל האט ער געגעבן א דריק אויס אז פון יעצט און ווייטער וועט נישט זיין קיין איין שבת אין סקווירא אן קיין געסט, און טאקע זינט דעמאלטס איז נאכנישט געווען קיין איין שבת אנע געסט. אפילו אין גאר שווערע מצבים, צום ביישפיל אין תשע"ג ביים הוראגאן סענדי, איז אין גאנץ שיכון סקווירא נישט געווען קיין עלעקטריע, אבער איבער א מנין געסט זענען געקומען צו פארן אויף שבת.

ממש יעדע וואך קומען אין סקווירא אויף שבת קבוצות פון ישיבות און אנדערע. עס איז דא א באזונדערער "מפעל הכנסת אורחים" וואס פלאצירט די אורחים.

באַקאַנטע פיגורן

רעדאַקטירן

די סקווערער מוסדות החינוך, ישיבה און צען כוללים, האבן אין איר היסטאריע חשובע תלמידים, צווישן זיי:

  • דער היינטיגער מאכניווקער רבי - ר' יושע'לע רוקח איז א תלמיד פון דער סקווערער ישיבה.
  • רבי יוחנן וואזנער איז דער ראב"ד פון סקווערער חסידות און דומ"ץ פון דער סקווערער קהילה אין מאנטריאל.
  • ר' מיכל שטיינמעץ פון די גרעסטע פוסקים אין בארא פארק, ספעציעל רב פון דער 'בוני עולם' ארגאניזאציע, איז א תלמיד וותיק פון סקווירא.
  • דער סקאליער רבי - ר' רפאל גאלדשטיין, איז א תלמיד ישיבה פון סקווירא.
  • רבי מענדיל האגער - וויזשניצער רבי פון 'מרכז וויזשניץ' אין בני ברק, איז א תלמיד פון סקווערער ישיבה.
  • ר' אברהם חיים שפיטצער - רב 'אור חיים' בארא פארק, איז פון די ערשטע כולל יונגעלייט.
  • ר' יחיאל וואגשאהל - איידים פון ר' הערשעלע ספינקער, און רב פון 'תפילה למשה' אין וויליאמסבורג.
  • ר' דוד קוויאט - בעל 'ברכת דוד', ראש ישיבת מיר ברוקלין, איז געווען פון די ערשטע תושבים אין שטעטל.
  • ר' הערשל דיאמאנט - ראש מתיבתא אין לאנדאן.
  • ר' יעקב יצחק גארדאן, מחבר ספרי פרדס יצחק, מהר"ם שיף המבואר, איז א תלמיד פון דער סקווערער ישיבה און כולל.
  • ר' יודל ניישלאס - מו"ץ בעדה החרדית ירושלים, מיט זיין ברודער ר' ירמי', סערדאהעלי רב אין ב"ב.
  • ר' יושע לייפער - הרב מטעמשוואר, און נשיא מכון 'עוז והדר' העולמי.


באַקאַנטע פיגורן, ארױס צוקוּמען פון דעם שטעטל זענען:

כלי קודש

רעדאַקטירן

דער ערשטער רב אין שיכון סקווירא, איז געווען הרב משה ניישלאס - סערדאהעלער רב. נאך אים, הרב שמואל זלמן אפרים אונגאר.

דער ראש החבורה אינעם חסידות - אין די ערשטע יארן - איז געווען הגה"ח ר' משה שלמה ווייס, וואס איז באקאנט מיט'ן נאמען משה בטלן.

די געוועזענע ראשי ישיבה פון דער סקווערער ישיבה ומתיבתא זענען: ר' משה גרין, ר' אברהם חיים ברים און ר' דוב מאיר קרויזער.

דער היינטיגער חרדישער לאנדאנער רב, הרב אפרים פאדווא, איז געווען דער דיין און ראש הכולל פונעם סקווערער שטיבל אין אייראפע, און פון די נאנטע חסידים.

וועלטליכע אנשטאלטן

רעדאַקטירן

תורה וחסד אנשטאלטן

רעדאַקטירן

אינעם שיכון, געפונט זיך די הויפט באזע פון א נעץ פעולות פון פארשידענע תורה וצדקה אנטשטאלטן איבער דער גארער וועלט.

ווי צום ביישפיל:

  • קופת מאמר מרדכי - תמיכה וביגוד לעניי ארץ ישראל לשבת ויו"ט, ע"ש ר' מאטעלע קאזמירער זי"ע.
  • אור ישעיה - עסן און טרונקן און טעגליכע געברויכן, פאר עניי ארץ הקודש, לע"נ ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. (אנדערש ווי אנדערע ענליכע קאסעס, איז דאס פערזענליך קאנטראלירט ביי די ארטיגע רבנים, וואס האבן די פונקטליכע ליסטע פון אלע מקבלים, און איז זייער א באגלייבטע קאסע.)
  • מרכז מעיינות החסידות, דאס איז דער הויפט נאמען פון מערערע מכונים, וואס געבן ארויס גאר אויטענטישע חסידישע ווארע ממקור ראשון.
  • מכון משכנות יעקב - לחקר תולדות החסידות ומורשת טשערנאביל, והצלת קברי צדיקים הקדושים באוקריינא ופולין.
  • שארית לפנחס העולמי - תמיכה למסיימי חלקי שו"ע וסוגיות הש"ס.
  • מכון אורך ואמיתך, פאר יונגערע תלמידים וואס קלארן אויס חסידישע מנהגים, הלכות, היסטאריע און השקפה בדרך החסידות המקורית.
  • נתיבות קודש - דברי הדרכה והשקפה - מפי קודש דעם רבי'ן אליינס.

זעט אויך

רעדאַקטירן



41°8′23″N 74°1′42″W / 41.13972°N 74.02833°W / 41.13972; -74.02833פרמטרים בלתי־תקינים הועברו לפונקציה {{#coordinates:}}