מערץ 2006
(אַריבערגעפֿירט פון מארטש 2006)
ארטיקל צו איבערקוקן דער ארטיקל, אדער בלויז דעטאַלן פון אים, זענען מעגלעך נישט געשריבן ענציקלאפעדיש, אדער זענען זיי מעגלעך גאר פֿאַלש, אדער נישט נייטראל אראפגעשריבן. ביטע נישט אראפנעמן דעם מוסטער איידער מען טוט זיך געהעריג דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט. |
געשענישן
רעדאַקטירן- די דריי קדושים וואס זענען נעכטן אומגעבראכט געווארן פונעם אראבישן זעלבסטמערדער, וואס האט זיך פארשטעלט ווי א חרדישער איד, האבן אין די לעצטע מינוטן פון זייער לעבן זוכה געווען אפצוראטעווען א מאסן שחיטה. (ידיעות)
- דאס רעגירונג אין טשילע האט די מערסטע אידן אלס הויכראנגיקע מיניסטארן, פון אלע מדינות פון דער וועלט. (ידיעות)
- פלעטבוש תלמוד תורה ווערט גערופן זיך שטעלן לדין תורה, צום בית דין פון הרב ישראל בעלסקי שליט"א, נאכדעם וואס עלטערן געפינען אויס אז מלמד דארטן האט יארן לאנג סעקסואל באלעסטיגט תלמידים ל"ע. (פאטא קאפיס פון הזמנות)
- מזל טוב ארץ ישראל: די מזרח פון ביזנעס, תורה, און חסידות, פייערן אפ 55סטער געבורט טאג, פארן חסידישן ביליאנער פון ברוקלין ר' ישעי' בוימלגרין. (חב"ד אנליין)
- פוילן וויל טוישן דעם נאמען פון "אוישוויץ". (בי.בי.סי.)
- פרומע מיליטערישער איינהייט "נחל חרדי" ראטעוועט און פארמיידט מאסן פאטאליטעטן נאכן אנטדעקן, און אומשעדליך מאכן, באמבע אויף אראבישע זעלבסט מערדער. (הארץ)
- נייער אידישער וועב סייט מזכה זיין די וועלט מיט מצוות תפילין, די תפילין באנק געבט אוועק בחנם תפילין פאר ארימע לייט איבער די גארער וועלט. (קרוינהייטס אינפא)
- "לאס וועגאס" די זינדיגע שטאהט, פיל מיט זנות און געמבלינג, ווערט א אידישע שטאט. צוליב די גוטע פרנסה געלעגנהייטן, זעקס הונדערט נייע אידישע משפחות ציען זיך אהין יעדן מאנאט! (פארווערטס)
- היסטארישע געוועזענער "פארווערטס" בילדינג אויף בראדוועי גאס אין לאוער איסט סייד, ווערט פארוואנדעלט אין טייערע לוקסוסדיגע דירות. (נ.י. אבזערווער (ארכיווירט 24.08.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ביזנעסער מאכן געלט דורך וויקיפעדיע. (וועב פרא נייעס (ארכיווירט 21.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- מערסטע שומרי שבת אין פארלעמענט ערוויילט, זינט די גרינדונג פון מדינת ישראל. (בחדרי חרדים)
- אויסגאנג פון די בחירות אין מדינת ישראל.
- געווינער: סאטמאר עדה החרדית קנאים, צוליב היסטארישע קליינער באטייליגונג אין זייער איסור. (בחדרי חרדים)
- ש"ס און אגודה (בחדרי חרדים)
- פארלירער: ליכוד, מר"ץ, ברוך מרזל, שינוי, און עלה ירוק. (ידיעות)
- היסטארישע אויפדעקונג: ליובאוויטשער רבי, ר' מנחם מענדל שניאורסאהן, האט צוריסן בריוו, וואס זיין שווער ר' יוסף יצחק שניאורסאן האט געשריבן קעגן אים מיט זיין ווייב, אז זיי זענען זייער מאדערן, און ווי ער באוויינט זיין גיין זיך לערנען אין אוניווערסעטי. (מענטאלבלאג)
- קרוין הייטס שאקירט: ברוטאלער אנפאל פון שווארצן רויבער באנדיט לאזט איבער אינג בחור שווער פארוואונדעט אויף דער גאס. (קרוינהייטס אינפא)
- אקטיוויסטן נעמען זיך צו 'וויקיפעדיע' דורכצופירן זייערע אגענדעס. (יו.פי.איי. (ארכיווירט 14.04.2006 ביי דער Wayback Machine))
- נייער וועב סייט אויפצילעבן און לערנען דעם פילאזפיע ספר פון רמב"ם: "מורה נבוכים". (מעריב (ארכיווירט 30.06.2007 ביי דער Wayback Machine))
- קאטוילישע גלחים באזוכן אין ישיבה, זעצן זיך לערנען מסכת ברכות. (קענאניסט (ארכיווירט 19.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- א בית דין אליינס צוהארגעט; לעבעדיג צווישן הויפט חבד רבנים אין קראון הייטס, הרב שוויי קעגן רובאשקין רופט אים אין זיין רב רב אזדאבא צו דין תורה, זיי לאכן זיך אויס. (קרוינהייטס אינפא)
- נייער טרענד ביי וויליאמסבורג ארטיסטען באזארגט חסידישע איינוואונער; זיי פארוואנדעלן זייערע דירות אין ווערטסהייזער. (נ.י. טיימס)
- מאנטריאל פאליציי האט בעסערע דאגות ווי נאכציקוקען און זיכן ווער עס האט אנגעשמירט דעם נאצי סימבאל האקענקרייץ אויף א שול. (מאנטריאל געאזעט)
- אידישע וועלט-בארימטע טראכט און אידישקייט פורום "עצכח", עפענט יידישע אפטיילונג. מיטן נאמען "האלט דא טראכט מען". (האלט דא טראכט מען (ארכיווירט 14.06.2006 ביי דער Wayback Machine))
- עדה החרדית - סאטמאר דרוקט א קאלירטע בוך ספעציעל פאר קינדער, וואס באהאלטענערהייט איז עס א אויפקלערונג קעגען גיין צו בחירות (בחדרי חרדים נייעס)
- נייער פרומע צייטונג אין ארץ ישראל ערשינען. "שומרי תורה", ווערט פארטיילט בחנם, דערווייל איז דאס וואכענטליך, גאר שנעל וועט דאס ווערן א טאג צייטונג. געגרינדעט דורך דעם וועלט בארימטן ליטווישן עסקן, ר' מיכה רוטשילד, ער האט אויך געגרינדעט מהדרין באס ליניע, יארן לאנג אקטיוו אין אתרא קדישא. און אין משמרת הצניעות, א בן בית ביי אלע גדולים. אנטשפרעכט צו פייטן לוקסוס עדס. און באריכט גארנישט וועגן בחירות כדי צוציציען קנאים ליינער. (בחדרי חרדים)
- אהרונים שפילן אויף טעיפ, ווי מ'הערט וויאזוי ר' שאול פערלשטיין זאגט פארן סאטמאר רבין אז די ארונים זענען די בני יואל... אים אויצוהעצן קעגן זיי. (כל העולם כולו)
- יתד נאמן דרוקט העסליכן ארטיקל קעגן חב"ד הארט פאר די בחירות מיט דעם פארטרייבענדיג זייערע שטימען. (חב"ד אנליין)
- רעפארם ראביי באקומט דרייצן יאר טורמע, פאר סעקסואל באלעסטיגן צוויי מיידלעך, און דאון לאודען אונטער יעריגע פארנעגראפיע אויף זיין קאמפיוטער. (עי.פי. (ארכיווירט 10.05.2007 ביי דער Wayback Machine))
- מאנהעטן עירוב ווערט פארברייטערט אריינעמענדיג כמעט גאנץ מאנהעטן, אבער נאר ביז האוסטען סטריט זיך אפשטעלענדיג ביי די גרעניצן פון דעם היסטארישן לאוער איסט סייד, אויס כבוד פון ר' משה פיינשטיין וואס האט דאס געאסערט. (נ.י. טיימס)
- יידיש וויקיפעדיע דעבאטירט אין די יידישע אינטערנעט ספערע!
- תפוז אידיש באנוצער רעגט זיך אויף די האלבעטע ליגענטס, לשון הרע, און עמי הארצות וואס ווערט דא געשריבן.
- חדשות אנש, (א פארמאכטע פארום) קריטיקירט די פרייהייט וואס הערשט דא! אז יעדער איינער קען ענדערן און פארעכטן.
- היימישע קרעטשעמע, (אפען ערקלערטע נישט ניכטערע פארום) קענען נישט אויפכאפן קלאר וויאזוי מען באנוצט זיך דערמיט, און וואס מיר ווילן מיט די גאנצע וויקיפעדיע...
(תפוז) (קרעטשמע (ארכיווירט 21.08.2006 ביי דער Wayback Machine)) (חדשות אנ"ש (ארכיווירט 21.08.2006 ביי דער Wayback Machine))
- הגאון ר' חיים קאניעווסקי שליט"א, לייקענט פאר "הסתדרות הרבנים" אז ער האט זיי בארעדט לגבי ר' מרדכי טענדלער ארויסווארפונג; באשטעטיגט אבער זיין שטעלונג קעגן די קהילה אין מאנסי וואס האט אים אפגעזאגט אן געהעריגע דין תורה בפניו פון די לשון הרע'ס. (בריעף פון זיין זון (ארכיווירט 13.09.2006 ביי דער Wayback Machine))
- בריטאניקע קעמפט צוריק, פרעסטיזשפולע סייענס מאגאזין "נאטור" וואס האט באריכטעט אז וויקיפעדיע איז פונקט אזוי באגלייבט ווי זייער אנציקלאפידיע. (טיימס אנליין)
- נייער נוצליכער טעכניק: דאווענט מיט אן איי פאד! (פרעס רעליס פון קאמפאני (ארכיווירט 25.09.2006 ביי דער Wayback Machine))
- שרעקליכע טראגעדיע אין פאטאלער עקסידענט: באס פיל מיט אידן פון אמעריקע, שליידערט זיך אראפ פון הויכן בארג אין טשילע, אומברעגענדיג אלע אידן ה"י. (נ.י. פאוסט)
- היסטארישער דורכבראך: טראץ איסור פון אלע חרדישע רבנים קעגן אינטערנעט; פאראייניגטע פרומע חרדישער פאליטישע פארטיי אגודת ישראל מיט דגל התורה עפענען אויף וועב סייט צו געווינען ווי מער שטימן ביי די בעפארשטייענדע וואלן. (מעריב (ארכיווירט 18.09.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ר' אברהם שם טוב, הויפט חבד פירער, ערקלערט: "מיר וועלן אויסרייניגן משיחסטען פון 770 איצט אז מיר האבן געווינען דעם קארט". (קרוינהייטס אינפא)
א האלבע ביליאן דאלער (נ.י. סאן)
- דער אלגעמיינער זשורנאל דרוקט אפ אין סעריע ארטיקלן, א היסטארישע העסליכע טאג בוך פון אן אפגעפארענער נאווארדעקע בחור, וואס איז געווען נאנט צום אלטער פון נאווארדעקע, מיט שענדילכע דעטאלען וואס ווארפט א נעגעטיווען ליכט אויף דעם גאנצען מוסר באוועגונג. (אלגעמיינער (ארכיווירט 09.10.2006 ביי דער Wayback Machine))
- מפד"ל רב באשולדיגט חרדים רבנים אין אונטערברענגן דעם אידישן פאלק מיט אירע אינסטעטוציעס דורך אריינשטעלן אזא בור ועם הארץ ווי הרב יונה מצגר צו דינען אלס רב הראשי לישראל. (מעריב (ארכיווירט 11.01.2008 ביי דער Wayback Machine))
- פרישע חרם און איסור פון רבנים קעגן נייער אויפלאגע פון "מעקינד אפ עי גאדויל" פון הרב נתן קאמינעצקי, טראץ זיין נייע ווערסיע לויט צענזור פון רבנים. אויפן באפעל פון הרב יוסף ראזענבלום ר"י שערי יושר בארא פארק, און דער משגיח פון ירושלים, ר' דן סגל. (הרהורים)
- ליפא שמעלצער זאגט אפ זיין אלטן קול מייסטער פון בארא פארק, און נעמט אויף וועלט בארימטער קול טיטשער. (אידישער בלאגמייסטער)
- יונתן פאלארד פארלירט סופרים קארט קעיס צו קענען זעהן די רעקארדס וואס וואלט אים געקענט באקומען א מעגליכע פארדאן פונעם פרעזידענט. (נ.י. טיימס)
- אידישע געגענטער שטורעמן מיט קאמפיין אויפציוועקן פרומען אידישען אסעמבלי ספיקער שעלי סילווער זיך אנצינעמען פאר ניו יארק פרומע אידישע עלטערן וויי געשריי און שטיצן שכר לימוד שטייער קרעדיט, און א דאנק די טעראר האט ער זיך געבראכען. (וויקינייעס)
- נטורי קרתא ערקלערט: האלאקאוסט אויפגעבלאזן צוליב פאליטשע אינטערעסן. (איראן נייעס אגענטור)
- ריעל עסטעיט רייץ באדראעט עתיד פון היסטארישן בית המדרש הגדול אין די איסט סייד. (ניוזדעי)
- נייער ערצייגונג: ליינט און ענדערט וויקיפעדיע אויף אייער סעלפאון. (מאביילמעג (ארכיווירט 28.06.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ר' אליזער קעסטנבוים האלט אפ מעכטיגן זיג אין געריכט קעגן נחמן בראך בנוגע רעביצען'ס הויז. ([1])
- וויליאמסבורג: היינט קומט פאר די גרעסטע פאליטישער צוזאמקום פון אלע ניו יארק פאליטיקער זיך צו קישן מיט דעם הויפט וויליאמסבורג עסקן ר' משה דוד נידערמאן שליט"א. (כל העולם כולו)
- וויליאמסבורג ריעל עסטעיט: ארטיסטן הייבן אויף קול מוחאה קעגן געפאלנטן פערציג שטאקיגן וואלקן קראצער לוקסוסדיגע אפארטמענט געביידע אין הארץ פון וויליאמסבורג, בעדפארד קארנער נארט 3 (דארטן ווי ר' מענדלע טייטלבוים האט חתונה געמאכט.) (נ.י. פאסט)
- פרישע באמבע אנטוויקולינג אין שמוציגן מרדכי טענדלער סקאנדאל. זיין אייגענע רעביצען שיקט ארום פּאָסט אין גאנץ מאנסי, אז טעיפס וויאזוי איר מאן באלעסטיקט סעקסואל פרויען איז פאלטש און גענצליך פאבריצירט. (ניו העמפסטעד בלאג)
- ישיבה אוניווערסעטי אין הייס וואסער: געוועזענער תלמיד אנגעבליך ארויסגעווארפן צוליב זיין געי קלאגט אין געריכט פאר דיסקרימינאציע שאדן פארגיטוגינג. (יו.פי.איי.)
- אינטערנעט: א נייעם מין אפענעם וועג פון ביזנעס ווערט פראקטיצירט, קאמפאניס געבן אוועק זייערע סודות און ערפינדוגען בחינם, וויאזוי מאכן זיי געלט? דער פרעסטיזשפולער מאגאזין "די עקאנעמיסט" באהאנדעלט דעם טרענד: "אָפּען סאָרס", אינספארירט פון "וויקיפעדיע" פּאַפּולעריטעט. אויך: וויאזוי דער הויפט שותף און גרינדער פון וויקיפעדיע איז געווארן איר גרעסטער קריטיקירער און שונא נומער 1 צוליב אונזער אנטי-צענזור פאליסי! (עקאנימיסט)
- פייגל פלו (די פויגלס גריפע) באדעקט ארץ ישראל ה"י. (רויטערס)
- פיר גרעסטע ארונים שישקעס אָנגעדרייט פּאָליטישן קוראָפּציע סקאַנדאַל: ניו יארק סטעיט ביזנעס אינשורענס קאמישענער, געוועזענער אסעמבלימאן, האוערד מילס, באקומט שווערע טויזענטע דולער, דורך ר' יענקל פריינד, קרית יואל וויליזש טראסטי און לאַביאיסט, פון ריעל עסטעיט מאגאנאטן אברומי רובין, פארזיצר פון סי.זשעי.סי. און זיין ברודער ליפא, און דער ביזנעס הלוואה קאנסאלטענט ר' שלום לאנדא, (אונטער זיין ווייב'ס נאמען). (נ.י. טיימס)
- אהרונים ברודער קריג צעפלאקערט: קרית יואל וויליזש פירער, מאיר הירש קעגן מאיר ווערטהיימער, דעקן אויף דאקומענטן וויאזוי עמרם כהן האט געהאלפן אוועק גנבענן המספיק. (כל העולם כולו)
- משיח'יסטן פארלירן ביטער אין געריכט. (סופרים געריכט ארדער)
- שוידערליכע דעטאלן ביים קארט פראדצור פון "מאפיע קאַפּס" דעקט אויף וויאזוי אינוואלוומענט פון חסידישער וויליאמסבורגער אינגערמאן צו כשר'ען געלט פאר די מאפיע, מאכט נערוועיז די מאפיע און זיי הרגענן אנדערן איד אויף טויט רח"ל. (נ.י. פאסט)
- וויליאמסבורג: פאטריקאנער מערדער, וואס האט דערהארגעט זיין אידישן לענדלארד פרובירט זיך אליינס צו באפרייען פון טורמע. (נ.י. טיימס)
- וועד הקהל אין קראון הייטס אין דילעמא דערנאך וואס חבר הבד"ץ הרב אהרן יעקב שוויי געבט ארויס איסור זיך צו באטייליגן אין א סעודת פורים וואס הערשט א געמיש פון מענער און פרויען (שטורעם.נט (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- בילדער פון די געמישטע סעודת פורים אין קראון הייטס, ביימער טיילן אפ צווישן אלע טישן פון משפחות, אנדערער חבר הביד"ץ, הרב אברהם אזדאבא ערשיינט און טרעט אויף מיט דרשה. (חב"ד אנליין)
- מזל טוב! דער אלגעמיינער זשורנאל איז געווארן פינף און דרייסיג יאר. (אלגעמיינער (ארכיווירט 06.01.2011 ביי דער Wayback Machine))
- פרעזידענט און גרינדער פון וויקיפעדיע, זשימי וועילס, פארשפרעכט, נישט נאכטאן גוגל לגבי כינע'ס פארלאנג. "וויקיפעדיע וועט זיך קיינמאל נישט אינטערגעבן צו צענזור"! (סי.נעט)
- מעגא מיליאן לאטערי געווינער אין מאנסי. (וואס איז נייעס)
- ארטיסט פארוואנדעלט אלטן שול אין דייטשלאנד אין גאז קאמער, ארוסיצוברענגן די בארבארישקייט פון די נאציס ימ"ש. (גארדיען)
- סאטמאר: זאליס קהילה האלט אויפקלערונגס דרשה, קעגן אהרונים און ר' אהרן טייטלבוים, נוצענדיג המספיק מחלוקת צווישן ר' מאיר ווערטהיימער און ר' מאיר הירש אלס באווייז אז זיי ווילן נישט גיין צו דין תורה. (כל העולם כולו)
- ניו יארק טיימס: וויקיפעדיע נישט פארלעסליך ווייל עס לאזט צו באנוצער צו באהאלטן און פארהוילן זייער אידענטיטעט.([2] טיימס])
- מאנטריאל: 2 אידן שווער פארוואונדעט טאנצענדיג פון צווייטן שטאק שול אינמיטן דאווענען זיך ראטווענדיג פון העלישע פלאמן. (מאנטריאל גאזעט)
- פאפא: חילול ה' פון ברייט פובליצירטע משפט, פון ראש הקהל, ריעל עסטעיט מאגנאט, אויל און נויריסינג האום טייקאָן, און חסידישער ביליאנער ר' מעכל אבערלענדער פאלטשעווט זיין דירה אין מאנסי אלס א שול, כדי נישט צו צאלן קיין טעקס. זאגענדיג אז זיין דירה אין וויליאמסבורג איז א אפיס און נאך ליגענטס. (זשורנאל ניוז (ארכיווירט 18.08.2006 ביי דער Wayback Machine))
- באבוב: פארביטערט און דערשלאגן חסידים פון ר' מרדכי דוד אונגער באשולדיגען חסידים פון ר' בנציון האלבערשטאם און צושטערן זייער אווענט דורך בייזוויליגע מסירה. (כל העולם כולו)
- קבלה ספרים טרייבט ארויף דראסטיש ארץ ישראל עקספארט קיין אמעריקע. (בחדרי חרדים)
- וואל היץ אין ארץ ישראל: מחלוקת צווישן גור מיט בעלזא אויף די העכסטע טענער נאך בריעף אין משפחה פון הויפט בעלזא עסקן ר' מרדכי אלבוים וואס רופט צו בויקאטירן אגודה טראץ רוף פון בעלזער רב דאס צו שטיצן. (בחדרי חרדים)
- בארא פארק: פאטאלער שיסעריי וועקט אויף יידישע איינוואונער אויף שטילן גאס שבת ביינאכט. (עי.בי.סי)
- נטורי קרתא וויילט שבת אין איראן, אנמאכענדיג קידוש ה' דורך פארשפרייטן אז ציונים זענען נישט די ריכטיגע אידן, און חילול ה' דורך געבענדיג שטיצע פאר טעראר. (ידיעות אחרונות)
- נאך 500 יאר, שיילט זיך ארויס די מיסטעריע ארום קאלאמבוס, דער ערפינדער פון דעם אמעריקאנער קאנטינענט. איז ער געווען א איד? א ספרדי? לייענט (רויטערס נייעס אגעטור)
- קריטישער זארג אין חב"ד: נייער דור פון בעלי תשובות, דערזעהט זיך מיט א ממלא מקום פארן לעצטן ליובאוויטשער רבין, אבער ער איז שוין גארנישט פון די קאליבער וואס מ'ערווארט פון א רבין: וועלקאם צו די פענאמענען פון ר' יאסי זשעקאבסאן, די דור השמיני פון נשיאות חב"ד! (מענטאל בלאג)
- קאמפיוטערס: מייקראסאפט האט היינט געמאלדן דעם ערשיינונג פון א שפאגעל נייע אולטרא-קאמפאקט קאמפיוטער, וואס איז קלענער פון אלע טאבלעט ביז היינט, און איז א פולקאמער געמיש פון א דעסקטאפ און לעפטאפ אינאיינעם. עס איז נישט מער ווי 7 אינטשעס גרויס, און פארמאגט נישט קיבאורד. מ'דארף נוצן א ווייזערל צו נעוואגירן דעם סאפיסטקירטן קאמפיוטער XP פראגראם (נייעס). קליקט אין (ארגעמי פראריאעקט וועב זייטל פון מייקראסאפט (ארכיווירט 21.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- מדינת ישראל געריכט שענקט יגאל עמיר, מערדער פון יצחק ראבין רשות צו האָבן אַ קינד. אומקאנוועאנציאל. מיט אזא מעטאד וואס עמיר וויל נישט.(אלגעמיינער (ארכיווירט 10.10.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ארץ ישראל אין שאק: גאר שטארק פאפולערע בעל תשובה זינגער, וואס האט יארן אויפגעהערט זינגען צוליב צניעות פראבלעמען, מאכט דראמאטישן אויפטריט ביי צוזאמקנופט אויסרופנדיג זיין באשלוס צוריק ווערן א חוזר בשאלה. (בחדרי חרדים)
- קטלא קניא: זינט איך שרייב פאר פרנסה אין אלגעמיינער זשורנאל בין איך געווארן געצווינגענערהייט א קדוש! (קטלא קניא)
- פארווערטס ברענגט ליוו רעפארט פון יידיש קאנפערענץ פון אידישיסטן צוזאמפאר אין ניו יארק אוניווערסיטעט. (פארווערטס)
- ארץ ישראל: מער פון פופציג טויזענט מענער באזוכן טעגליך זונות צו זינדיגן, דערמיט פארשווארצענדיג דעם ביטערן שיקזאל פון אט די פארשקלאפטע פרויען. (ידיעות אחרונות)
- יאהו גייט א טריט פאראויס פון גוגל: זיי שטעלן צו רעזולטאטען דירעקט צו סוב-קאטעגאריעס פון וויקיפעדיע ארטיקלן. (אי-וויק)
- וויליאמסבורג ביליאנער, ר' חיים לאקס, באזוכט אין קיעב מיט זינגער מרדכי בין דוד. (חב"ד אנליין)
- קאמפיוטערס: מייקראסאפט מעלדעט די אינציאטיווע פון איר לייוו זוך-מאטאר, וואס איז אונטער די פאמיליע פון ווינדאס לייוו. וועלכער וועט רעוואלוציאנירן דעם סוירטש ענדזשין אין פילע הינזיכטן וואס איז ביז היינט נישט בנמצא אפילו אין גוגעל'ס מעכטיגער סוירטש ענדזשין.(נייעס). קליקט אין (ווינדאוס לייוו)
- פאליטיק: איראן. דער איראנאר דיקאטור סטראשעט אמעריקע מיט פיין און נקמה, אויב זי וועט איר רעפערירן צו די יו.ען. זיכערהייטס קאנסול. (ביטע אייביג אראפברענגן דעם מקור, ווייל מיר זענען נישט קיין צייטונג)
- רעפובליקאנער צו פרעז. בוש: דוביי פארט געשעפט, ווארשיינליך טויט:(עי.פי.)
- איראקער רעגירונג הינגעריכטעט 13 טעראריסטן דורך הענגען.(יאהו נייעס)
- ר' אהרן טענדלער געווארפן פון זיין פאסטן אלס רב פון זיין קהילה און שול אין וועלי געגענט פון לאס אנזשעלעס נאך דעם וואס קהילה קאמיטעט באפעסטיגט מיט עדות אינטערוויאון אז לשון הרע'ס וועגן זיין סעקסואל באלעסטיגן מיידלעך ווען ער האט געדינט אלס זייער פרינציפל, איז ל"ע קראנט. ה"י. (זשואיש זשורנאל (ארכיווירט 18.10.2006 ביי דער Wayback Machine))
- דעלעגאציע פון דער איד געוועזן ביים ליובאוויטשער רבי און ער האט זיי באפוילן אנצוהאלטן און פארשטארקערן קנאות רעטאריק. (אלעמיינער (ארכיווירט 26.10.2006 ביי דער Wayback Machine))
- רעפ: מתתיהו איז א ליובאוויטשער משיחיסט! סידי געווארן צענזורירט פון ארויסגעבער נאכן זינגן יחי אדונינו מורינו ורבינו אויפן פארשטארבענעם ליובאוויטשער רבי ז"ל. (קענאניסט (ארכיווירט 30.06.2006 ביי דער Wayback Machine))
- וועלט מלחמה אויסגעבראכן אינערהאלב די ארונישע פירערשאפט ראנגן; מאיר הירש, פירער פון קרית יואל ארונים מוסדות, קעגן מאיר ווערטהיימער, פירער פון די מער אינגערע היציגע ארונים; הירש רופט ווערטהיימער צו דין תורה פאדערט צוריק "המספיק"; אלס ענטפער ערצייגט ער עיקול פון זאליס בית דין, אפצוהאלטן בוי פון ארוינישן בית השחיטה; ער באנוצט זיך מיט זאליס צייטונג, דער איד, צו באשמיצן זיינע אייגענע ארונים ברודער; אינדערמיט זיצט מאכטלאז און פארכאפט מיט שרעק זייער פירער ר' אהרן טייטלבוים נישט וויסענדיג אויף וועמען זיך אנצונעמן. (כל העולם כולו)
- ארונים באשולדיגן מיט בייזוויליגע רומאר אן קיין באווייזן אין זייער פארום: משה דוד נידערמאן אויף צרות; אידן פארלירן לאו-אינקאם דירות אין שעיפער פראיעקט; וועט פארגויאישן אידישן חסידישן געגענט. (כל העולם כולו)
- דער בליק איז פורימדיג: זיי באשרייבען וואלעבאויטער רבי און נאכדעם אנטשולדיגען זיי זיך אין דער איד (וויקינייעס)
- ניו יארק טיימס בשולדיגט: די רבנים שפיגל ברודער, פון ריווינגטאן שול אין היסטארישער אידישער איסט סייד האבן צוריקגעוויזן מיליאנען דאלער אין הילף צו ראטעווען שול, אלץ צוליב בייזוויליגע ריעל עסטעיט גייציגקייט, כדי דער בילדינג זאל איינפאלן און קענען דערויף ארויפציען א וואלקן קראצער. (נ.י. טיימס)
- דרום דעקאוטע איז די ערשטע אמעריקאנער שטהט צו פארבאטן אלע מינע אבורטאן. (ען.בי.סי)
- גוגל ערעפענט גוגל-נייעס אין העבעראיש. (הארץ) (דער אדרעס)
- קיעב: חבד'סקע בחור ראטעוועט זיך פון אנטיסעמעטישע אנגרייף שיסענדיג זיינע אטאקירער מיט גאן. (חב"ד אנליין)
- פאלמעסונג פון חרדישע פרוי, טראץ ווילדע פראטעסטן ברענגט געווינטשענע רעזולטאטן צו כאפן מערדער און ראטווען איבעריגע פרויען פון זיין לאנגע ליסטע פון מארדן. (ידיעות)
- מקור ראשון באשולדיגט: ישי שליסל האט נישט געהאט קיין שום שאנסן ארויסצוגיין זכאי, זיך פארמעסטן איינער אליינס קעגן יעדן איינעם.
1) די ריכטער האבן ארויסגעוויזן זייער איינזייטיגע האס קעגן חרדים. 2) די פאליציי האט באהאלטן עדות. 3) די טעלעוויזיע האט באהאלטן לייוו ווידיאו וואס וואלט אים ריינגעוואשן. 4) די חרדישע פרעסע האט פארשוויגען דעם גאנצען משפט, כאטשיג עס איז געווען פיל מיט אנטי חרדישע האס, 5) די ליטווישע תורה וועלט האט גארנישט געהאלפן זייערס א מענטש, וואס מיט אביסל געלט וואלט ער ווען געהאט געהעריגע אדוואקאטן, 6) די גאנצע חרדישע וועלט האט געלאזט פאלן זייערס א העלד וואס האט געטאן מעשים, בשעת ווען זיי האבן געהעצט. (מקור ראשון)
- מארווין שיק: ליטווישע מוסדות התורה מוטשען זיך פינאנציעל, בשעת חסידישע מוסדות וואקסן און בליען. פארוואס? (מארווין שיק)
- נטורי קרתא באזוכן אין טעהראן איראן אויסצושרייען: אז ציונות פארטרעט נישט אידישקייט. (מעהרי ניוז (ארכיווירט 07.09.2006 ביי דער Wayback Machine))
- זשעקף זשעקאבי: דעיוויד אוירווינג, - דער נאצי סימפאטיקער און האלאקאויסט לייקענער איז א שלאנג און א פעסיכאפטישער ליגענער, קראנק מיט האס, אבער אים דערפאר אריין שליידערן אין טורמע איז א היסטארישער פארברעך קעגן מענטשליכקייט! (אש.קאם (ארכיווירט 24.08.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ניו יארק פאסט: נאך אכט פרויען פארציילן ווי ר' מרדכי טענדלער האט זיי סעקסועל באלעסטיגט, נאכדעם ווי זיי זענען אלע געקומען צו אים נאך הילף ארויסצובאקומען א גט פון זייערע מענער. (ניו יארק פאסט)
- וואודמיר: איד געקידנפעט און פארשפארט אין קאר-טראנק נאכן עפענען שול פארטאגס; זיך געראטעוועט און אפגעקומען מיט שרעק. דאבליו.ען.בי.סי. (ווידאו)
- ר' ברוך מרזל פאדערט אויף ארץ ישראל'דיגע מלכת היופי, נישט חתונה האבן מיט ליטווישן גוי, אז זי זאל איינזען וואסארא אחריות זי טראגט פארן פאלק, און די קאנסעקווענסן וואס איר חתונה וועט האבן אויף די גרעסטע סכנה פון אידישע פארטיליגונג היינט צוטאגס: אסימילאציע. (ידיעות)
- מעדאנע זיכט צו קויפען א הויז אינעם ישראלישען שטעטל ראש פינה וואס לויט די קאבאליסטן וועט משיח די ערשטע אנקומען אהין (ניו יארק פאסט)
- סאטמאר מאגאזין "דער וועלט" קריטיקירט סאטמערע צייטונגען; "דער איד" צוליב דעם זינד פון פובלישן בילדער פון מענשטן קעגן דער מנהג, און אויך קעגן "דער בלאט" פארן זינד פון באריכטן פראפעגאנדע פאר אדמורי"ם מיט חסידים טראץ דעם סאטמאר רבין'ס שיטה אז נשתכח דרך הבעש"ט. (חדשות אנש)
- ליפא שמעלצער טרעט אויף און משמח צהל סאלדאטן פון פרומען איינהייט נחל החרדי. (בחדרי חרדים) (ווידעא קליפ (ארכיווירט 22.04.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ר' מרדכי טענדלער, נאכן טענה'ן אז די אלע פרויען וואס וויינען אז ער האט זיי סעקסואל באלעסטיגט, זענען נישט באגלייבט, ווייל "מן הדין איז א פרוי נישט כשר לעדות" שרייט איצט אז די קהילה בארד מעמבערס וואס האבן אים אויפגעזאגט פון רבנות דעוועגן, זענען נישט באפולמעכטיגט דאס צו דורכפירן מן הדין. (ווידעא רעפארט פון איי וויטנעס ניוז (ארכיווירט 26.04.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ר' מרדכי טענדלער שיקט פרעס רעליס מעלדונג פאר וועלטס פרעסע אז ער קלאגט אן די אידן וואס רעדן לשון הרע אויף אים צום ניו יארק פאוסט. (יאהו פרעס רעליסעס)
- ארץ ישראל באנוצער זייט געווארענט: העכסטער געריכט אורטיילט: אנאנינאמע שרייבער וואס באשמוצן איינעם אוואו אימער אויפן אינטערנעט, מוז זייער אינטערנעט צושעטלער פירמע, ארויסגעבן ווער איז דער אידענטיטעט וואס נוצט זייער איי.פי. אדרעס, כדי זיי צו קענען ברענגן צו געכעטיגקייט פאר לשון הרע. (ידיעות)
- מלמד ארעסטירט נאכן סעקסואל באלעסטיגן זיינע אינגע תלמידים דורכאויס יארן. (ידיעות)
- הרב שמואל אליהו: לערנען קבלה ביי גוים איז א גוטע זאך (ארץ שבע)
- דער נייער סעזאן פון דאנעלד טראמפ'ס עפרענטיס האט צוויי ארטאדאקסיש-אידישע קאנדידאטן (ארטאדאקס עפרענטיס)
- דער רעפפער מתתיהו איז נישט זיכער אויב ער וויל גיין צו מעדאנע'ס פסח סדר (ראלינג סטאון מאגאזין)
- נייע ווידיאוס פון די עורה ארגענעזאציע (עורה (ארכיווירט 28.11.2021 ביי דער Wayback Machine))
- קטלא קניא ארויס מיט נייעם סאטירישן ארטיקל, איבער דער שחרית שעה פון א טיפישן חסידישן אינגערמאן: "שמעלקא מיט זיין שירעם". (די באוועבטער איד)
- ר' מרדכי טענדלער דאווענט נאך אלטס אין זיין שול, אפילו נאכדעם וואס די קהילה האט אים אויפגעזאגט פון רבנות, צוליב זיין סעקסואל באלעסטיגן פרויען. (נ.י. פאסט)
- האלאקאוסט לייקענער צוריק צום אלטן: פון זיין טורמע צעל ערקלערט ער, אז אין הכי נמי עס איז יא געווען גאז קאמערן, אבער היטלער האט גארנישט געהאט דערמיט. ווען יא וואלט ווען נישט איבערגעבליבן אזויפיל אידן. (הארץ (ארכיווירט 30.04.2006 ביי דער Wayback Machine))
- הונדערטע טויזענטע, גוים און אידן צוגלייך, שרייבן אונטער פעטיציע, נישט צו דערלאזן פילם וואס פארציילט די מענטשליכע זייט פון טעראריסטן צו באקומען אנערקענונג. (די פּעטיציע)
- ספר וואס פארציילט איבער דעם חרם פון גר"א קעגן חסידים און זייערע אדמורי"ם, באקומט הסכמה פון גרעסטן גאון אין דור, ר' חיים קאניעווסקי שליט"א. (בחדרי חרדים)
- נייע ווייכווארג ערצייגט, וואס ערמעגליכט ארויפלייגן און ליינען וויקיפעדיע אויף אייער אייפאד! (דאונלאוד ענציקלאפאפדיע)
- אינגערמאן פון קרית יואל ארעסטירט, נאכן אָפערן געלט פאר פרעמדע פרוי, און איר סעקסואל באלעסטיגן. ([3])
- וויליאמסבורג: פעלד פון דראגס פלאנצונגען אויפגעדעקט. (וואס איז נייעס)
- טאהש: פאשקעוויל ארום געשיקט אויפצוקלערן דעם חרדישן עולם. (אפסטעיט אידישע נייעס)
- רב דערמארדעט אין טוזשאקיסטאן רח"ל. (פאריין פון יידישע קהילות)
- דוביי פארט פירמע וואס אמעריקע האט געדינגן, שטיצט בויקאט קעגן מדינת ישראל. (זשואיש ווארלד רעוויאו (ארכיווירט 23.06.2006 ביי דער Wayback Machine))
ליסטע פון געשעענישן ביי מאנאט
דער ארטיקל איז געשטעלט אויסצומעקן אין וויקיפעדיע:בלעטער צו אױסמעקן ביטע שמועסט אייך געהעריג דורך דארטן צו גרייכן א קאנצענזוס צי מען זאל דאס אויסמעקן אדער נישט. מען זאל נישט אראפנעמען דעם צעטל ביז דער שמועס איז געשלאסן. |