יוסף יצחק שניאורסאהן
ר' יוסף יצחק שניאורסאהן זי"ע (אדער מהריי"צ; י"ב תמוז ה'תר"ם - י' שבט ה'תש"י) איז געווען דער זעקסטער חב"ד-ליובאוויטשער רבי.
געבורט |
28 יוני 1880 ליובאוויטש, רוסלאנד |
---|---|
טויט |
28 יאנואר 1950 (אלט 69) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע, רוסלענדישע רעפובליק, סאוועטן פארבאנד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
קבורה ארט | אוהל חב"ד ליובאוויטש |
פאך | רב |
אַמט | אדמו"ר |
ער האט גענומען אלס עלטערן איידים, ר' שמריהו גורארי' און אלס אינגערן איידעם דעם לעצטן ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (הרמ"מ) זי"ע.
ער איז נסתלק געווארן י' שבט תש"י.
ער איז געווען א גרויסער בעל מסירות נפש, אין זיין מלחמה קעגן די קאמוניסטן. ער האט אויכעט געהאט מלחמה מיט די ציוניסטן.
יונגע יארן
רעדאַקטירןיוסף יצחק שניאורסאהן איז געבוירן י"ב תמוז תר"ם אין ליובאוויטש, רייסן, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אין רוסלאנד) צו זיינע עלטערן רבי שלום בער און זיין פרוי די רעבעצין שטערנא שרה נ"ע.
ביי דער עלטער פון פופצן האט זיין פאטער אים באשטימט זיין פערזענלעכן סעקרעטאר.
אום י"ג אלול תרנ"ז (1897) האט ער חתונה געהאט מיט זיין קרובטע רביצין נחמה דינה, א טאכטער פון רבי אברהם שניאורסאהן פון קעשענעוו, א זון פון רבי ישראל נח פון נעזשין, א זון פונעם צמח צדק.
משפחה
רעדאַקטירןרבי יוסף יצחק און זיין רביצין נחמה דינה האבן געהאט דריי טעכטער:
- חנה גור-ארי
- חיה מושקא שניאורסאן, רביצין פונעם זיבעטן רבי'ן, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן
- שיינא הארנשטיין