סידי (ר"ת פון ענגליש CD - Compact Disc) איז א רעקארד-דיסק פארמאט וואס מען קען אויף איר היטן דיגיטאלישע אינפארמאציע ווי פון א קאמפיוטער אדער מוזיק. דאס פארבייט די אלט-מאדישע קאסעטעס און פאטיפאן פלאטעס.

ווי אזוי ארבעט דאס

רעדאַקטירן

א סידי איז א דיסק - וואס מיינט א פלאכע רינדיגע זאך - וואס האט אויף זיך ארויף געשמירט א מאטריאל וואס שפיגלט צוריק ליכט, א לעיזער ליכט - וואס איז זייער פונקטליך - שיינט דערויף א לעיזער שטראל וואס שפיגעלט צוריק צו א אויג וואס ליינט די שטראל, אויב עס שיינט צוריק דאן מיינט דאס אז עפעס איז פארשריבן דארט, אויב נישט מיינט דאס אז גארנישט איז פארשריבן דארט. וויבאלד דיגיטאל אינפארמאציע איז געשריבן אין ביינערי וואס נוצט נאר צוויי סימבאלן קען מען אזוי פארשרייבן זייער אסאך אינפארמאציע.