ווילנער גאון

(אַריבערגעפֿירט פון גר"א)

רבי אליהו בן שלמה זלמן, באַוואוסט ווי דער ווילנער גאון, דער גאון, הגאון החסיד אָדער הגר״א ("הגאון רבינו אליהו") (ט"ו ניסן ה'ת"ף, 23סטן אפריל 1720י"ט תשרי ה'תקנ"ח, 9טן אקטאבער 1797) איז געווען אַ גרויסער תלמיד חכם און בן תורה, איינער פון די גרעסטע למדנים פון די לעצטע יאָרהונדערטער און גרויסער מתנגד קעגן חסידות. זייענדיק פון די אחרונים איז ער אָבער אַן אויסנאַם אין זיין אויטאָריטעט צווישן יידן אין זיין צייט און עד היום.[1]

ווילנער גאון
אליהו בן שלמה זלמן
געבורט 23 אפריל 1720
ט"ו ניסן ה'ת"ף
בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 9 אקטאבער 1797 (אלט 77)
י"ט תשרי ה'תקנ"ח
ווילנע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט ווילנע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג מתנגדים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
תלמידים חיים וואלאזשינער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ווילנער גאון

זיין לעבן

רעדאַקטירן

דער ווילנער גאון איז געבאָרן געוואָרן ט"ו ניסן ה'ת"ף צו זיין פאָטער ר' שלמה זלמן, אן אור־אייניקל פון ר׳ משה קרעמער און ר׳ משה רבקש, און צו זיין מוטער טריינא.

וואו ער איז געבאָרן געוואָרן איז אַ קעגנשאַפט פון וויכוחים. עטלעכע היסטאָריקער האַלטן, אַז זיין געבורטאָרט איז געווען סעליץ, א דערפל ניט ווייט פון בריסק, פון וואַנעט שטאַמט זיין מאַמע. אַנדערע זיינען אויף דער מיינונג, אַז ער איז געבאָרן געוואָרן אין ווילנע גופא. סיי ווי סיי, לויט אַלע סימנים האָט אליהו פאַרבראַכט זיינע קינדעריאָרן אין ווילנע.[2][3]

יינגלווייז האָט אליהו באַוויזן זיין נטיה צו לימוד. פון זיינע אַלס גאָר יונגע יאָרן האָט מען געזען אויף דעם קליינעם אליהו סימנים פון אַ געטלעכן עילויאיש קינד, מיט אַ געבענטשטן מוח, וואָס כאַפּט אויף און פאַרשטייט אַלץ אין דער וועלט. אין עלטער פון זעקס אַ האַלב יאָר האָט ער געזאָגט אַ דרשה אין דער גרויסער ווילנער שול פאַר די גדולי ווילנא. יענעם שבת האָט אים פאַרהערט ר׳העשיל, דער ראש בית־דין. ער האָט אים געבעטן צו זאָגן אַן אַנדער דרשה, וואָס ער האָט פריער מיט זיין טאַטען ניט אויסגעלערנט. אַלע בייזייאיקע זיינען נשתומם געוואָרן פון זיין נייער רייד, וואָס ער האָט צוגעגרייט אין איין שעה[2][3][4]. היינט איז שווער צו זאָגן, וועלכע פון אַנדערע מעשיות פון אליהוס יונגע יאָרן זיינען געווען באמת און וועלכע זיינען געווען שפּעטערע פאָלקישע שאַפונגען. וואָס איז אָבער יאָ קלאָר איז, אַז די מלמדים זיינען געוואָרן ניט נייטיק פאַרן יונגן עילוי, בשעת ער איז נאָך געווען אין עלטער פון אַ חדר יינגל.[4]

עס איז אָנגענומען, אַז ער האָט געלערנט תורה ביים גאון ר׳ משה מרגליות, דעם פאַרפאַסער פונעם ספר פּני משה אויף תלמוד ירושלמי אין דער שטאָט קיידאַן. [פֿעלט אַ מקור] זייענדיק אין אַ גאָר יונגן עלטער האָט ער דאָרט געטראָפן זיין שידוך מיטן מיידל חנה, די טאָכטער פון ר׳ יחיאל פון קיידאַן.[4]

זיין פרוי האָט אים גאָר ערלעך און געטריי באַדינט און אַלץ געטאָן אַז איר מאַן זאָל קענען בלייבן ביים לערנען אומגעשטערט. עס ווערט דערציילט, אַז דער גאון האָט זיך ניט אַריינגעלייגט אין בעט משבת לשבת, נאָר עוסק געווען בתורה מיט אַן אַבנאָרמאַלער התמדה יומם ולילה ממש. [פֿעלט אַ מקור]

דער גאון האָט זיך באַזעצט אין ווילנע און דאָרט געהאָרעוועט אויף תורה, און זיין נאָמען האָט זיך צעטראָגן איבער דער ליטע אַלס אַ זעלטענער גאון און פּוסק, זייענדיק אַ מאַן מיט אַ גאונישן קאָפּ, אַ ברייטן און טיפן פאַרשטאַנד, האָבן זיינע קורצע פּסקים באַקומען אָנערקענונג אומעטום.

די שטאָטלייט האָבן אים געוואָלט אויפנעמען פאַר רב אין ווילנע, ער האָט דאָס אָבער אָנגעזאָגט, זאָגנדיק אַז ער וויל בלייבן ביים לערנען אומגעשטערט און ניט זיין אָנגעוויזן אויף דער קהילה.[5][4]

פאָלגנדיק דעם געבאָט פון די חכמים האָט דער ווילנער גאון מיסד געווען אַ קליינעם קרייז פון זיינע תלמידים.[4]

קעגנערשאַפט צו חסידות

רעדאַקטירן

די באַוועגונג, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורכן בעש״ט, די חסידות, האָט זיך אין דער צווייטער העלפט 18טן יאָרהונדערט זייער פאַרברייטערט און איז צוגעגאַנגען צו ליטע. דאָס איז געווען דער ווענדפּונקט אין די שוין דאַמאָלסט אָנשטרענגיקע באַציאונגען צווישן חסידות און אָנהענגער פון אַלטן נוסח אשכנז. די ערשטע חסידישע קלויז, פונעם קאַרלינער הויף, איז אויפגעקומען אין ווילנע אין 1772-1771, און 1772 איז אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל אַרום אירע פירער, וואָס זיינען באַשולדיקט געוואָרן אין אַ חילול ה׳ און אַנדערע פאַרברעכונגען. דער גאון אַליין האָט דורכגעפירט דעם משפּט קעגן איינעם פון זיי, וואָס איז אַריינגעלייגט געוואָרן אין חרם. דער משפּט קעגן דעם צווייטן קאַרלינער איז אַריינגעבראַכט צו אַ ברייטער באַטראַכטונג פון דער גאַנצער חסידישער באַוועגונג אַלץ אַ הערעזיע. די ווילנער רבנים מיט דער אונטערשטיצונג פון גאון האָבן באַשולדיקט די חסידים אין פּראַקטיקירן אומלייטישן אויפפיר, דעם נוצן יידישע ווערטער בעת דאַוונען און נאָך. ס׳איז געפּסקענט געוואָרן צו לייגן חסידים אין חרם אַריין און אַז אַלע ווערק פון חסידישע מחברים מוזן פאַרברענט ווערן[1][5].

ביזן סוף יאָרהונדערט זיינען נאָך אַ ריי חרמס פּראָקלאַמירט געוואָרן, און די קעגנערשאַפט, די התנגדות, האָט באַרירט אַנדערע ליטווישע קהילות. די ראָלע פונעם גאון אַליין איז אין די געשעענישן געווען אַן אַנטשיידנדיקע, און ס׳זיינען דאָ ראיות, אַז ער פּערזענלעך האָט געפאָדערט האַרבערע מיטלען אין דער ביטערער מלחמה קעגן חסידים. נאָך זיין פּטירה האָט די מחלוקת געוואָרן אַ סך רואיקער אין איר גלי[1].

דער קאַמף האָט ניט אָפּגעשטעלט די פאַרברייטונג פון דער חסידות אין ליטע אין גאַנצן, אָבער האָט געהאָלפן אויסצוקריסטאַליזירן ספּעציפיש ליטווישע צווייגן פון חסידות, מיטן שטאַרקן אַקצענט אויפן תורה־לימוד. ס׳רוב ליטוואַקעס זיינען אָבער געבליבן מתנגדים, און די פיגור פונעם גאון, זיין כאַראַקטער, איז אַ סימבאָל פון ליטווישן יידנטום ביזן היינטיקן טאָג[6].

זיין דרך הלימוד

רעדאַקטירן

דער דרך הלימוד פונעם ווילנער גאון איז געווען פּשט און עיון אינאיינעם, ניט ווי דער לומדישער דרך הלימוד, וואָס איז באַזירט אויף הגיון און לומדות. דער גאון איז אויך געווען שטאַרק קעגן דאָס לערנען אויפן דרך פון פלפול און מאַכן געדרייטע פשטלעך. זיין גאַנג איז געווען עמקות אין פּשט, מיט בקיאות, לערנענדיג בלויז די מפורשים, רש"י, תוספות, רא"ש און רי"ף.

דער גאון אין אלע חכמות

רעדאַקטירן

דער ווילנער גאון איז געווען ניט נאָר אַ גאון אין גאַנץ תורת משה, אָנגעהויבן פון בבלי, ירושלמי, ספרא, ספרי, מכילתא און אַלע מקצועות התורה. ער האָט געלערנט אויך וועלטלעכע חכמות: מאַטעמאַטיק, אַסטראָנאָמיע, אַנאַטאָמיע און געווידמעט זיי עטלעכע פון זיינע חיבורים.[4]

לויט געוויסע קוועלן האָט ער גוט געקענט כירורגיע און חכמת הרפואה, אָבער זיין פאָטער האָט אים פאַרבאָטן זיך צו פאַרטיפן דערין, כדי עס זאָל אים נישט שטערן פון לערנען.[4]

רבי אליהו האט געהאט אַכט קינדער פון זיין ערשטער ווייב, חנה:

  • חינה חיניץ (1748–1806)
  • פעסיא בתיה דונחין (געב' 1750)
  • רבי שלמה זלמן ווילנער (1758–1780).
  • רבי יהודה לייב ווילנער (1764–1816).
  • רבי אברהם ווילנער (1765–1808).
  • טויבא (1768–1812).
  • צוויי אנדערע טעכטער וועמענס נעמען איז אומבאַקאַנט.

זיינע ווערק

רעדאַקטירן

כאָטש דער גאון האָט געשריבן גאָר אַ סך חידושים און פאַרפאַסט צענדליקער חיבורים אויף אַלערליי מקצועות אין דער תורה, איז דאָך גאָרניט געדרוקט געוואָרן אין זיין לעבן. ערשט נאָכדעם וואָס ער איז אַוועק פון דער וועלט האָבן זיינע תלמידים אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן זיינע חידושים און ספרים, וועלכע ציילן זיך צו איבער זיבעציק ספרים, אויף מקרא, משנה און גמרא, און אַנדערע מקצועות התורה.

אַ טייל פון זיינע ספרים:

ס׳איז דאָ פּירושים פונעם גר"א אויף: ספר יונה, משלי, שיר השירים, מגילת אסתר און רות.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. a b c Etkes I (2002) The Gaon of Vilna. The man and his image. University of California Press, Berkeley and Los Angeles, viii+300 pp
  2. a b קאַץ ה־ד (2003) דעם ווילנער גאונס יידיש. ירושלימער אַלמאַנאַך 27: 49–61
  3. a b מלצן ש (1890) אבֿן שלמה. ווילנא.
  4. a b c d e f g גינצבורג ל (1951) דער ווילנער גאון רבי אליהו. אין: סודאַרסקי מ, קאַצענעלענבאָגן א, קיסין י (רעד.) ליטע, באַנד 1, קולטורגעזעלשאַפט פון ליטווישע יידן, ניו־יאָרק: 527-538
  5. a b Katz D (2009) Elijah ben Solomon Zalman. In: Supplement to the Modern Encyclopedia of Russian, Soviet and Eurasian History, Vol 9, Academic International Press: Gulf Breeze, Florida: 109–112
  6. Katz D (2009) Seven Kingdoms of the Litvaks. International Cultural Program Center, Vilnius, 61 pp

וועב לינקען

רעדאַקטירן