די וועלט

(אַריבערגעפֿירט פון דער וועלט)

די וועלט איז א חודש'ליכער זשורנאל וואס קומט אן אויף דער פאסט צו אלע אנ"ש און מעמבערס פון קהל ייטב לב דסאטמאר. דער רעדאקטאר איז א סאטמארער חסיד, ר' אלימלך לייפער. אויפגעוואקסן אין אנטווערפן בעלגיע טראגט ער דעם חסידישן פלאקער פון שעצונג לכל הקודש לבית צאנז דורך זיך דרייען ביי ר' איציקל און רבי יענקלע פשעווארסקער.

ער איז א פארברענטער קנאי, און איז מסביר די שיטה פון רבין ווי עס ברויך צו זיין, אן קיין שום דיפלאמאטיע פון "דער איד", אדער פון "דער בלאט". ער שוינט נישט אפ קיינעם און שרייבט זייער היימיש, אפן און תמימות'דיג. אנדערשט ווי אלע צייטונגען באהאלט ער זיך נישט אונטער א פען נאמען, נאר שרייבט ארויס אפן זיין עכטן נאמען אונטער יעדן ארטיקל, באגלייט פון פערזענליכע אנעקדאטן, פון זיין עכטן לעבן.