שלום לאנדא
הרב שלום לאנדא איז א דיין אין וויליאמסבורג און ער פירט אויך א ישיבה.
באלאנג | סאטמאר אהרונים |
---|---|
אמטן | ראש ישיבת עמודי דגירסא ריבניץ |
זיינע רביס | רבי משה מנחם טירנויער |
חיבורים | א גליון וואס פלעגט ערשיינען וועכנטליך |
ער איז א זון פון רבי יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם אין קרית יואל, און א ברודער פון רבי משה לאנדא, רב פון ביהמ"ד יאמפאלע אין וויליאמסבורג, און א ברודער פון הנגיד יואל לאנדא.
ער האט באלאנגט ביי סאטמאר מהר"א אנפאנג פון דעם מחלוקת און ער האט געפירט די ""ערכאות"", און ער ווערט אפט קרעדיטירט מיטן אויפבויען די הופער ביהמ"ד אין בלויז צוויי וואכן מיטן הילף פון יצחק ראזנבערג אבער שפעטער האט ער זיך ארויסגעצויגן פון דארט און פירט אן א אייגענע ישיבה פאר עלטערע בחורים.
ישיבה
רעדאַקטירןזייענדיג א תלמיד פון הגאון רבי משה מנחם טירנויער וואס מען פלעגט רופן אין ישיבה דיין, האט ער אדאפטירט דעם נאמען "דיין" אין ישיבה, אנשטאט "ראש ישיבה".
חודש תשרי תשע"ז האט ער געעפנט די ישיבה עמודי דגירסא ריבניץ[1] פאר עלטערע בחורים פון קווינס ישיבה. היינט צוטאגס האט ער בחורים פון סאטמאר ישיבה גדולה אין קווינס און פון מתיבתא קרית יואל, די ישיבה איז היינט בערך 150 בחורים.
ער איז באקאנט מיט זיין קענטעניס אין תורת הנפש, אזוי אויך אינעם פעלד פון שלום בית און מען זאגט אז ער האט שוין ארויס געהאלפן צענדליגע אינגעלייט בעת צר, אזוי אויך זאגן זיינע נאנטע אז ער איז בקי אין חכמת הפרצוף, אויך קוקט ער הענט, און פאר יעדן שידוך אין ישיבה בעט ער א בילד פון דער מיידל, און אזוי זאגט ער צו מען זאל טון דעם שידוך אדער נישט.
תלמידים
רעדאַקטירןכדי זיך צו האלט נאנט מיט זיינע תלמידים שיקט ער כסדר מתנות, פסח תשפ"ג לפ"ק האט ער געשיקט פאר אלע זיינע יוצאים א הגדה של פסח אידיש טייטש געמאכט דורך די מכון פון זיין ברודער יואל לאנדא.
נאך איבער זיין קאריערע
רעדאַקטירןרבי שלום איז א מענטש וואס האט שוין עוסק געווען אין מערערע פעלדער דורכאויס זיין קאריערע; צווישן זיי האט ער אנגעפירט א רעסטאראן.
אזוי אויך האט ער געפירט א בית דין שטיבל מיטן נאמען לדון ולהורות ווי ער האט געדינט אלץ ראב"ד, אבער נאך א קורצע צייט האט זיך דאס פארמאכט.
ער פלעגט אויך ארויסקומען וועכנטליך מיט א גליון וואס פלעגט זיין א חושן משפט מעשה מיט הלכות.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- אריה ערליך, "משפט טאָג: ווען דער סוקסעספולער אַנטראַפּראַנער ר' שלום לאנדא איז געווארן געראטן צו פאַרלאָזן די ביזנעס וועלט און ווערן אַ דיין אַנשטאָט, האט ער אנגענומען דעם טשאלענדזש, משפחה מאגאזין
- ר' שלום לאנדא ביי דינער פון בוני עולם
- ר שלום לאנדא מיט ראחמעסטיווקא רבי תשע"ב
ר' שלום לאנדא פורים [1]