וויקיפּעדיע:אלע נייעס/תשס"ו/תמוז
נייעס תשס"ו |
נייעס תשס"ז |
דינסטאג, כ"ח תמוז
רעדאַקטירן- ברוך דיין האמת: ספינקא רעביצען (פרוי פון ר' בעריש ספינקער) געשטארבן, נאכן ווערן אראפגעקלאפט פון קאר אין וואודריזש נעבן ספינקא קעמפ צוזאמן מיט ספינקא רבי ר' בעריש הורוויץ - וואס איז קריטיש. [1]
- ר' אייזעק וויינבערגער באקלאגט אויפן אטוירני זשענעראל קאנדידאט, ענדרו קאומא פארן 2טן מאל טשעפענען סאטמאר, נישט אפגעבן ניחום אבלים וויזיט. [3]
- 4 חבד חסידים בלאנזשענען אריין אין לבנון אינמיטן זייער ארבייט פון אויפלעבן די סאלדאטן מיט מצוות תפילין [4]
- אינג אידיש מיידל אין וועסט סייד באגייט זעלבסט מארד [6]
- בילדער: מיסיאנערן ביי דער ארבעט נעבן דער סאטמארער שטאט קרית יואל [7] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- חיים רמון ווערט אויסגעפארשט פאר סעקסואעל באלעסטיגען מיידל [8]
- מאנסי סאטמאר רב, ר' חיים יושע האלבערשטאם ניצול פון שווערע קאר עקסידענט, ווען דרייווער שלאפט איין נעבן סארעטאוגע פון לאנגן וועג צוריק פון מאנטריאל וויזיט. [9] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ליבעראלע בלאגספערע נויטונג צו חיזבאלא קעגן ארץ ישראל שאפט שווערע פראבלעם פאר דעמאקראטישע פארטיי [10] (ארכיווירט 04.07.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מאנסי: פאסט אפיס חרם קעגן ארץ ישראל געוועזן טעות [11] (ארכיווירט 13.08.2006 ביי דער Wayback Machine)
מאנטיג, כ"ז תמוז
רעדאַקטירן- וויליאמסבורג: פאליציי כאפט נערווען בראך, און שיסט אויס זיינע קוילן אין 10'נטן שטאק פון שעיפער דירות. [16]
- צהל אפאטשי העליקאפטער קראכט העכער צפת. [17]
- טראץ שווערע מצב: 650 אידן זענען עולה קיין ארץ ישראל פון פראנקרייך [20] (ארכיווירט 04.07.2013 ביי Archive.today)
- נועם טשאמסקי און אנדערע לינקע ליבעראלע פראפעסארן באשולדיגן גאר מדינת ישראל אין ערשטער קידנעפונג... [22]
זונטאג, כ"ו תמוז
רעדאַקטירן- זון פון סידני רב אפגעפארן, ערקלערט זיך געי און ארטיסט, דאקומענטירט זיין לעבן מיט פילם פון מקוה אלס ערשטער סעקסואלער עקספיריענס פון חרדישע בחורים, אונטער ארעסט דורך משמרת הצניעות וואס האט צוגערעדט בחורים עדות זאגן קעגן אים אז ער האט זיי באלעסטיגט. [24]
- אמעריקע פארשנעלערט באמבע שיפמענט פאר מדינת ישראל [25]
- מיידל פון ניו סקווירא עקסידענט נאך אלס קריטיש [26] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- קרוין הייטס: אידישע געמיינדע אטעמט אפ, ווען 2 אנטיסעמיטישע פאליצאנטן אראפגענומען פון די גאסן. [28]
- פראנקרייך: ארטיגע אידן פארזיצער פון בענק זענען פארמישט אין מאני לאנדריריאונג סקאנדל מיט ארץ ישראל בענק. [31]
- ר' משה אריה פרידמאן מוחה קעגן ציונים צוזאמן מיט אראבישע פרויען [32] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- נייער בוך דאקומענטירט, פוילן האט געפלאקערט מיט אנטיסעמיטיזם אפילו נאך אוישוויץ [33]
- מעריב: באקענט זיך מיט ר' יוליש קרויס: דער קעניג פון פאשקעווילן אין מאה שערים [37] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
פרייטאג, כ"ד תמוז
רעדאַקטירן- וועד הרבנים נוצט אוישוויץ אין זייער עדווערטייזונג קאמפיין אפצושרעקן פרומע אידן זאלן נאר קויפן זייער כשר סעלפאן'ס. [38]
- ווארטערבערי מקוה ליידט דורכפאל אין קארט [40]
- ניו יארק פאוסט געווינט קעגן דעילי ניוז ר' יואל וויטריאל יא אויפגענומען אין די פאליציי אקעדעמיע. טראץ סאטמאר חינוך. [41]
- אנגעקלאגט מערדער פון זשעי.די.על. קעמפער אין תפיסה. [42]
דאנערשטאג, כ"ג תמוז
רעדאַקטירן- הרב משה שטערנבוך: חיזבאלא אטאקירט ארץ ישראל צוליב געי שטאלץ פאראדע אין ירשלים [43]
- מאנסי: פרייע איינוואונער שטורמען אויפן באשטימונג פון נייעם חרדישער איד אלס טרעזשואר פון פובליק סקול סיסטעם. [44] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- זשאו ליבערמאן טראסקעט אין די פאולס. [46]
- לייוו ווידיאו קליפ פון צהל כוחות שטורמען אריין אין לבנון, נאך תפילת הדרך מאכן גראד חיזבאלא פאזיציעס. [48] (ארכיווירט 22.07.2006 ביי דער Wayback Machine)
מיטוואך, כ"ב תמוז
רעדאַקטירן- נטורי קרתא האלט אפ פראטעסט צוזאמן מיט אראבער אין די גאסן פון מאנהעטען קעגן ציונים. (בילדער - בחדרי חרדים (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- טאגבוך פון איזראעלי פייטער זשעט פיילאט. (זשעי פאוסט)
- וויליאמסבורג: וואסער טעקסי סיגנאלט טויש פון ארטיסטן געגענט צו רייכע וואל סטריט געגענט. (נ.י. סאן (ארכיווירט 21.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- גליל איז פוסט, וואוסט און פארלאזט אונטער רעגן פון נאכאנאנדיגע מיסילס. (בילדער טור פון בחדרי חרדים (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- צענטער פון ארץ ישראל אונטער טעראר אלערט, אלע הויפט וועגן בלאקירט, זיכענדיג אויפרייס טעראריסט אויף די פריי. (זשעי. פאוסט)
- לייוו ווידיאו קליפ: פאקס טעלעוויזשען רעפורטער קומט אונטער צהל קוילן אינמיטן באריכט. (פאקס נייעס)
- חיזבאלא סטראשעט אמעריקע. (נ.י. פאוסט)
- וועב סייט ערלויבט אידן פון איבער די גארער וועלט צו הייסע פיצא פאר סאלדאטן אויפן פראנט. (פיצא איי.די.עף.)
- צה"ל איז אין קאנטראל אויף די ים ארום לבנון; א בליק אין איינע פון די שיף'ן. (זשעי.פאוסט)
- לייוו ווידאו קליפ פון חיפה לויפענדיג אין שעלטער אונטער טויב-מאכענדע קולות פון די סירינעס וואס ווארענען פון די פליענדע ראקעטען אויף זייערע קעפ. (יו.טוב.)
דינסטאג, כ"א תמוז
רעדאַקטירן- קורצע שנעל טוישענדע מיטעל מזרח קריג אפדעיטס. (שינוי כיוון):
- פרוי צהל סאלדאטקע, געשטאכן פארוואונדעט נאך איבערפאל, איר ביקס אוועקגעכאפט, אנגרייפער געכאפט. (זשעי. פאוסט)
- געוועזענער סאטמאר ראש ישיבה און יועץ פון ר' יואל טייטלבוים, ר' נתן יוסף מייזעלס נפטר געווארן. (חדשות סאטמאר (ארכיווירט 21.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- טויזענטע נעמען צו די גאסן אין ניו יארק סיטי צו שטיצן ארץ ישראל. (בילדער און ווידיאו קליפס)
- פאשקעווילן רעגנט אין לבנון קעגן חיזבאלא. (רויטערס)
- שידוך ביי סאטמאר-ארונים עלטסטע זון פון ר' מענדעלע טייטלבוים א חתן געווארן מיט טאכטער פון מאשלוי רבי. (כל העולם כולו (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
מאנטאג, כ"א תמוז
רעדאַקטירן- קורצע שנעל טוישענדע מיטעל מזרח קריג אפדעיטס. (שינוי כיוון):
אין אנדערע נייעס:
- באבי יאר אנדעק וואנדאלעזירט (זשעי פאוסט).
- ישראלישע פאליציי ארעסטירט הויפט פון ירושלים אל זשאזירא (דראזש ריפארט.)
- בוש דריקט זיך אויס מיט א מיאוס ווארט קעגן די חיזבאלא (יאהו נויז).
- באמבע אויפרייס פארמיטן, איגענטליכער פארכאפט אין ירושלים אויפן וועג זיך אויפרייסן. (זשערוסאלעם פאוסט)
- 2 פייער באמבעס געשאסן אויף שול אין רמת שלמה שועפט געגענט אין ירושלים. (זשערוסאלעם פאוסט)
- 1,000 לינקע ליבעראלע אידן פראטעסטירן אין די גאסן פון תל אביב פארלאנגן מען זאל פארהאנדעלן מיט חיזבאלא און כאמאס. (וויינעט)
- פאליסטינער ווארפן באמבע אויף צהל פאטראל אין שכם אומברענגענדיג 1 און פארוואונדעט 6 (זשערוסאלעם פאוסט)
- עקספערטן ווארענען: תל אביב איז נעקסט אויף די מאפע צו ווערן באשאסן מיט ראקעטען. (נ.י. פאוסט)
- פראפעסאר דוד בערגער באשרייבט אין יתד נאמן אז אפילו די אנטי-משיחסטען אין חבד גלייבן אז דער רבי איז משיח און ער וועט אויפשטיין תחיית המתים אונז אויסצולייזן פון גלות. די חילוקי דעות איז נאר צו ער איז צייטווייליג געשטארבען צו נישט. (יתד נאמן (ארכיווירט 21.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- מחלוקת פאנאוויטש: געריכט פסקענט לטובת ר' אליעזר כהאנעמאן קעגן זיין שוואגער ר' שמואל מארקאוויטש. (בחדרי חרדים)
- הארץ באשרייבט אין לענגערען ארטיקל די דראמא פון מאה שערים, וויאזוי ישראל אהרן קלעצקין האט זיך פאראמפערט מיט די קנאים זיינע בעסטע קאסטומערס פון אלע יארן וואס האבן ביי אים געדרוקט אלע פאשקעווילן (הארץ)
- אידישע פרוי קלאגט אן חברה קדישא אז זיי לאזן צו מציבות קעגן די הלכה אין קווינס בית החיים (ניו יארק טיימס)
- זון פון קרית יואל מעיאר געשטארבן נאך לענגערע מחלה (וואס איז נייעס)
זונטיג, כ' תמוז
רעדאַקטירן- מיטעל מזרח קריג אפדעיט (שינוי כיוון):
- חיזבאלא הויפט נאסראלאה: דאס איז נאר די אנפאענג. (רויטערס).
- תל אביב אונטער ראקעט אטאקע ווארענונג (וויינעט).
- איראנער פירער אחמאדינעזשאד: מדינת ישראל פירט זיך אויף ווי היטלער (זשעי פאוסט).
- איראן האט זיך באטייליגט אין די שיף אטאקע (ניו יארק פאוסט).
שבת, י"ט תמוז
רעדאַקטירן
פרייטאג, יולי 14
רעדאַקטירן- פירער פון עקסטרעם אידישע גרופע וואס האט געזאגט אז זיי האבן פארכאפט 2 פאלעסטינע אלס נקמה אקט, איז ארעסטירט אין ירושלים שטעלט זיך ארויס אלס הוילע בלאף. (וויינעט).
- גאנצער שפיטאל אין נהריה אראפ אין שעלטער (וויינעט).
- ראקעטן פאלן אויף חיפה צפת און גליל, 2 טויט, 100 פארוואונדעט, און איבער 2 מיליאן אידן אין סכנה. (ווינעט).
- פערל אבראהאם רעדט וועגן איר משפחה, גאט, און פרייליכקייט. (לוי פארד אינטערוויאו)
- וויליאמסבורג: שיף וועט טראגן און ברענגן איינוואונער קיין וואל סטריט טעגליך פון שעיפער בילדינג (וואס איז נייעס)
- הויפט אידישער פאנד רעיזער צו טאני בלעיר ארעסטירט צוליב כאבאר קארופציע. (ניו יארק טיימס)
- ר' אהרן טענדלער זאגט אז ער איז מער נישט קיין רב. (קענאניסט)
- ר' מרדכי טענדלער ציעט צוריק קלאגע אויפצודעקן אידעטיטעטס פון בלאגער'ס וואס האבן אים באשמוצט. (ניו העמפסטעט ניוז)
דאנערשטאג, יולי 13
רעדאַקטירן- עקסטרעם אידישע גרופע זאגט אז זיי האבן פארכאפט 2 פאלעסטינע אלס נקמה אקט (וויינעט).
- חיזבאלא וויל אריבערפירען די פארכאפטע ישראלישע סאלדאטן קיין איראן (זשעי פאוסט).
- ראקעטן פאלן אויף חיפה (ווינעט).
- לעיקוואד בית מדרש גבוה שיקט א כולל קיין סידני אוסטראליע אויפצובויען אידישקייט. (לאקאל סידני פרעסע (ארכיווירט 21.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- ליבעראלע אטאקעס קעגן זשאו ליבערמאן פארטרייבט פרומע אידן פון דעמעקראט פארטיי דורכאויס גאנץ אמעריקע. (פארווארד)
- רעפובליקאנער סענאטור פון פענסלוועניע אויף גרויסע צרות קומט צו אידן און ציונים פאר הילף. (פארווארד)
מיטוואך, יולי 12
רעדאַקטירן- זאלונים האלטן אפ היסטארישען זיג, פארבלייבן ביי די מאכט אין סאטמאר וויליאמסבורג, ארונים פארלירן אויך זייער טייל פון בית החיים אין קרית יואל. אפעלאט ריכטער באשטעטיגן פסק פון ריכטער באראש אז דאס סעקולערע געריכט קען זיך נישט אריינמישן אין די אינערליכע קריג פון קהל יטב לב בעלות, ווייל עס רורט אטאמאטיק אן דעם רעליגיעזע פאנדעמענטאלע פראגע, וויפל דער רבי האט א כוח אפצוזאגן מעמבערס פון א חסידישע קהילה ווי סאטמאר. (ניו יארק טיימס)
- חיזבאלא פארכאפט 2 צהל סאלדאטן. (יאהו נייעס)
- קירוב רחוקים און בעלי תשובה באוועגונג צווינגט חרדישע רבנים צו רעדן אפען דעת תורה קעגן געיז, א זאך וואס וואלט קיינמאל פריער נישט פאסירט צוליב די צניעות פראבלעם. (זשערוסאלעם פאוסט)
- עף.בי.איי. און איי.אר.עס. פירן דורך אבאלאווע אויף דיעל ישיבה. (עי.פי.פי. (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- נייער פילם פון ר' יוליש קרויס, דער פאשקעווילן קאלעקטאר, און ר' ישראל אהרן קלעצקין דער פאשקעווילן שרייבער. (ירושלים פילם פעסטיוואל (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- ר' אמנון יצחק פובליצירט נייער ניגון פאר זיין ענווה מארטש, קעגן די געיז שטאלץ מארטש. (שופר ניוז)
- שרעקעדיגער ווידיאו קליפ פון סאטמאר וויליאמסבורג ספרדי בעל תשובה נטורי קרתא קנאי געווארענער מוסולמענער ר' יוסף כהן ערקלערט אז איסלאם וועט איינעמען די וועלט צו דורך גאט און אז נישט מיטן שווערד. (גוגל ווידיאו)
- מדינת ישראל פרעזידענט ר' משה קצב ווערט באשולדיגט דורך 2 פרויען אז ער האט זיי סעקסואל באלעסטיגט. (עי. פי.)
- פראטעסט אפגעהאלטן קעגן ניו יארק טיימס. (ניו יארק סאן (ארכיווירט 19.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
דינסטאג, יולי 11
רעדאַקטירן- איסט סייד דאקטער וואס האט עקספלאודירט זיך אין זיין בנין, האט געטשעפעט אידישען ווייב מיט האקן קרייץן ווען זי האט געליטן פון קענסער (ניו יארק פאוסט)
- סייענטיסטן: ברית מילה היט אפ פון כאפן עידס וויירוס. (רויטערס)
- זקא אונטער נייע פירערשאפט פון ר' דודי זילבערשלאג הייבט אן נעמען געלט פון מדינת ישראל (ערוץ 7)
- חרדישער טאטע ארעסטירט נאכן אוועקכאפן קינד פון חדר. (בחדרי חרדים (ארכיווירט 20.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- סאודי אראביע: משמרת הצניעות ארעסטירט 70 יאריגע שוואכע פרוי צוליב יחוד. (לאקאלע צייטונג (ארכיווירט 11.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- איד געשאסן אין חבד שול נפטר געווארן. (סאן סעטעניאל)
- דעילי ניוז קעגן ניו יארק פאוסט: ערשטער חרדישער פאליציי נישט אנגענומען (דעילי ניוז)
- פאשקעוויל אין ירושלים רופט חרדים צו מערדערן געיז. און קול קורא'ס פון עדה החרדית רופט יעדן איד צו טאן אלע מיטלען זיי אפצושטעלן. (וויינעט)
- געהיימע שריפטן פון אלבערט איינשטיין אויפגעדעקט: ער האט פארלוירן זיין גאנצן רייכטום צום סטאק מארקעט און האט געהאט ליבע אנהאנדעלונגען מיט 10 פרויען און 2 ווייבער. (ניו יארק פאוסט)
- עם. טי. עי. צווינגט מיסיאנערישע גרופע זשוס פאר זשיסעס צו טוישן זייערע לאגאס נאכדעם וואס זיי קאפירן די 2 טרעין ליניעס וואס פירן חרדישע אידן פון בארא פארק און וויליאמסבורג, J and F ליניעס. (ניו יארק פאוסט)
מאנטאג, יולי 10
רעדאַקטירן- ניו יארק סיטי פאליציי נעמט אויף ערשטע חסידישער אינגערמאן אין אירע ראנגן. ר' יואל וויטריאל איז געבוירען אין וויליאמסבורג און געלערנט אין קרית יואל ישיבה, דינט מיט פולער בארד און געקרייזעלטע פיאות. (ניו יארק פאוסט)
- בריטישער אינגער אידישער פירער דערמארדעט אין די גאסן פון וואשינגטאן די.סי. (סאמטינג זשואיש (ארכיווירט 18.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- קנאים שלאגן ירושלים צעטליך קלעבער ר' ישראל אהרן קלעצקין נאך זיין דף היומי שיעור אין זכרון משה שטיבלעך. (ען. עפ. סי.)
- לעיקוואד: אידישער ריעל עסטעיט פירמע אנגעקלאגט אין ראיסיסטישע דיסקרימינאציע קעגן נישט אידן. (זשעי.טי.עי.)
- בארא פארק קאנסולמאן ר' שמחה פעלדער ערלעידיגט א מיליאן דולער ווערט פון נייע סקול באסעס פאר חרדישע מוסדות צו ווערן אויסגעטיילט דורך אגודת ישראל. (ניו יארק סאן (ארכיווירט 30.03.2007 ביי דער Wayback Machine))
- נייער חרדישער ליטווישער ישוב אין וואטערבערי קאנעטיקעט קויפט בנין פאר נייער מקווה. (לאקאל צייטונג)
זונטאג, יולי 9
רעדאַקטירן- יודא משי זהב אין א אינטערוויאו מיט שרי מקובר, איבער זיין שטורמישען לעבן פון הויפט ירושלים קנאי ביז הויפט חרדישער פריינט צו פרייע אידן איבער די וועלט. (בחדרי חרדים)
- יודא משי זהב געזעגענט זיך פון זקא. (ערוץ 7)
- טעכנאלאגיע לערנען צענטער געפענט אין חרדישע שטאט ביתר אויסצולערנען פרויען צו ברענגן פרנסה (וויינעט)
- ר' מרדכי טענדלער קלאגט אין גוגל זאל ארויסגעבן אידענטיטעט פון יידישע בלאגערס וואס האבן געשריבן אויף אים לשון הרע. (פרעס רעליס)
- 4 חרדים ארעסטירט אין ירושלים ביים ווארפן שטיינער אויף פארענדע קארס אין שבת ביי בר אילן גאס. (זשערוסאלם פאוסט)
- מדינת ישראל העכסטער געריכט שטעלט אפ דאס גאנצער געבוי און אנטוויקולינג פון נייעם שטאט מודיעין עלית צוליב שטח וואס געהער צו אראבער. (זשערוסאלם פאוסט)
פרייטאג, יולי 6
רעדאַקטירן- מזל טוב: טאהשער רבי א חתן געווארן. (מיט מרת הויער, וואס איר מאן איז פארלוירן געווארן אין וואלד און געשטארבן, זי איז א האס מיידל.) (כל העולם כולו)
- טינעק ניו זערסי ערוויילט ערשטען פרומע אידישער מעיאר. (לאקאל פעיפער)
- בטל געווארן געפלאנטע שיעור פון ר' מרדכי טענדלער צוליב שמוציגע סקאנדאל. (הארץ (ארכיווירט 08.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- מעיאר מייק בלומבערג אינדורסירט זשאו ליבערמאן אלס פאליסי פאר פארטיי. (ניו יארק פאוסט (ארכיווירט 09.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- פאול ווייזט אז רוב אידן אין קאנטיקעט וועלן שטימען קעגן זשאוי ליבערמאן. (זשעי.טי.עי. (ארכיווירט 16.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- אויסגעקומען נייער חרדישער בילדער מאגאזין; העולם החרדי קעגן כל העולם כולו. (בחדרי חרדים (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- ארוינשער מאגאזין: דער פלאם קריטיקירט מציצה בפה סטעיט אפמאך. און דרוקט אפען ארטיקל פון געאסורטע אינטערנעט הייד פארק טשעט רום. (חדשות סאטמאר)
- געריכט אין מדינת ישראל באפעלט חרדי צוריק צאלן פאר הארץ צייטונג, פארלוימדונג געלטער, ווייל פובליצירן א בילד פון אים אין אומאיידעלע גאס, איז ער אליינס שולדיג פארן זיך דרייען דארטן. (ערוץ 7)
- א פרייליכן זומער; קעמפ רעים קאונסלערס מאכן לעבעדיגע מוזיק ווידיאו. (גוגל ווידיאו)
דאנערשטאג, יולי 6
רעדאַקטירן- בני ברק רבנים אנערקענען ערשטער היסטארישער סעקס טערעפי פראפעשנאל ארגענעזאציע וואס נעמט קער פון חרדישע בחורים וואס מאכן קאליע אנדערע בחורים דורך סעקסואל זיי באלעסטיגן, זעהנדיג אין דעם א פשרה שליכטונג, פון נישט מסירה אבער אויך נישט משמרת הצניעות. (הארץ (ארכיווירט 08.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- ירושלים שטאטראט וועט צושטעלן פובליק און פרייע עקסערסייז פלעצער צו הייבן געזונטהייט לעבנסשטייגער פון די איינוואונער. (וויינעט)
- חבד שלוחים האלטן אפ זיצונגען מיט ווייסען הויז באאמאטע (קרוינהייטס אינפא)
- ר' חיים קאניעבסקי אסרט צו ארבייטן במקום סכנה אונטער אראבישע טעראר אטאקעס. (אלעגעמיינער (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- האלאקאוסט לויער אונטער קריטיק נאכן פארלאנגן אסטראנאמישן סכום פון 4 מיליאן דולער. (אלגעמיינער (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- 11 יאריג קינד קריטיש נאך מודעה וואס פאלט אויף זיין קאפ אין שומרי החומות שול. (בחדרי חרדים (ארכיווירט 20.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
יולי 4
רעדאַקטירן- ביתר: הצלה אינגערמאן אומגעקומען אין טראגישער עקסידענט. (בחדרי חרדים (ארכיווירט 07.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- סאטמאר מחלוקת אפדעיט: געריכט קלוירק שרייבט שארפן בריוו ווי ער טוט צוניש מאכן די אלע קלאגעס פון די זאליס אז די אלע הייד פארק רומערס זענען גרונדלאז און ווערדלאז, און מ'זאל תיכף אויפהערן צו אריינדרינגען אינעם געהיים פון די ריכטערס באהאנדלונגען, אויך פארן ארוני לויער, שרייבט ער אז עס איז נישט בכבודיג פארן געריכט צו אטאקירן זייער קאלעגע זאלי לויער, און ספאסט נישט פארן געריכט כאטשיג ער דאס טוט צופרידצושטעלן זיינע קליענטן. (כל העולם כולו)
- המודיע צענזוררירט קאטעלאג פון פעלדהיים פובלישינג דערמיט ווייזענדיג א שטארקער קאנטראסט צווישן ארץ ישראלדיגע פרומע קעגן די מער ליבעראלע פרומע פון אמעריקע. (זשערוסאלם פאוסט)
- איזראעלי דראג דילער וואס האט זיך באנוצט מיט חרדישע בחורים און אינגעלייט צו שווערצן זיינע סחורה געשאסן אין קאנאדעשער לוקסוסדיגע האטעל, אינמיטן האנדל וואס האט אנגעזעצט. (נאשינעל פאוסט)
- זשוס פאר זשיסעס מיסיאנערן פארפלייצן ניו יארק גאסן, הויפט צילן; רוסישע חסידישע און איזאעלי אידן (ניו יארק טיימס)
- אומרוען אין מאה שערים: פאליציי אטאקירט פון חרדים בשעתן ארעסטירן אראבער אומלעגאלע ארבעטער אין געשעפט. (וויינעט)
- הילערי קלינטאן וועט שטיצן קעגנער פון אידישן סענאטאר זשא ליבערמאן אויב פארלירט ער דעמאקראטישע וואלליסטע. (ניו יארק פאסט)
- 59 יעריגע אידישע פרוי געבורט צווילינג (טייםס אנליין).
- אידישע פרומע סענאטאר זשאו ליבערמאן וואס שטייט אויס צו פארלירן פריימעריס פאר ווידערווילונג, זאגט ער וועט לויפן אלס אומפארטייאישער קאנדידאט אויב ער פארלירט פריימעריס (עי פי).
- ר' יהודה לעווין'ס ארבייט אויף א צוזאמען ארבייט צווישען די קריסטן, אראבער, און פרומע קעגן די געפלאנטע געי שטאלץ פאראדע אין ירושלים געקרוינט מיט סוקסעס, זיי ארבייטן אלע צוזאמען קעגן די פאראדע. יהודה לעווין זאגט צו א בלוט באד פאר חדשים נאכדעם (זשעי פאוסט).
- קאטראווערסיאלער רב און תלמוד חכם פון ענגלאנד וואס איז געווארן ארויסגווארפן פון ארטאדאקסישע אידענטום צוליבזיין ערקלערונג אז די תורה איז געשריבן דורך מענטשן געשטארבן. (טיימס אונלייין)
- ארץ ישראל: סייענטיסטן ערפינדן נייער טעכניק צו אפשטעלן קענסער צען פון זיך פארשפרייטן. (יאהו נייעס)
- ווי פארזיכערט איז אייער קינד אין די זומער קעמפס? ליינט א באריכט פון אלע זיכערהייט און געזונטהייט פארלעצונגן דורכאויס די לעצטע יארן. (רעקארד (ארכיווירט 19.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- א מגיד שיעור אונטער ארעסט פון א ירושלים ישיבה קטנה נאך דעם וואס 1 תלמיד זאגט אז ער האט אים סעקסואל באלעסטיגט. פאליציי פארשט נאך תלמידים נאכדעם וואס ער איז מודה אין פארברעך. (וויינעט)
- טראץ אינטערנעט איסור: הייד פארק שלאכטן צווישן ארונים און זאליס גרייכט וועלטלעכע מעדיע. (רעקארד (ארכיווירט 18.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- סופרים קארט שטעלט אפ צייטווייליג, פסק פון נידעריגער געריכט קעגן רעליגיע סימבאל אין שטאטישע שטח. (יועס עי טודעי.)
יולי 3
רעדאַקטירן- מלחמה אין עזה פארשטערקערט אולמערט ווארענט מיטן ערגסטן ביז מען גיבט נישט צוריק פארלוירענעם סאלדאט, צה"ל ברעכט זיך איין אין אפיס פון די טעראריסטישע כאמאס.(פאקס)
- קרית יואל ספענד די מערסטע געלט פאר לאביאונג מער פון אלע שטעעט און קאונטיס פון גאנץ ניו יארק סטעיט. (ניו יארק טיימס)
- כשר פלייש שעכט הייזער אונטער פעדעראלער אויספארשונג צו זיי שרויפן נישט ארויף טייערע פרייזן. (וויינעט)
- קרוין הייטס בית דין רבנים מחלוקת אפדעיט: ר' אהרן יעקב שוויי שרייבט בריוו אנלייגענדיג די שולד פון משה רובאשקין ארעסט אויף ר' אברהם אזדאבא. (קאפי פון בריוו (ארכיווירט 12.08.2006 ביי דער Wayback Machine))
- סטעיט דאפארטמענט טעראר וועב סייט, רעכנט נישט אויס פאליסטינער טעראריסטן. (זשערוסאלם פאוסט)
יולי 2
רעדאַקטירן- הרב אלישב רופט עסקנים זיך צו באהעפטן מיט קריסטן אפצוהאלטין שטאלץ פאראדע אין ירושלים. (בחדרי חרדים)
- חסיד אומות העולם, גוי וואס האט געראטעוועט איבער 400 אידן פון נאציס געשטארבן אין קעטסקילס ניו יארק (זערוסאלם פאוסט)
- רוסישער אנטיסעמיט פארלימענט מעמבער, טרעפט זיין אידישן טאטען באגראבן אין ארץ ישראל. (הארץ (ארכיווירט 02.08.2007 ביי דער Wayback Machine))
- רובאשקין פלייש ערעפענט נייער פלענט אין נעברעסקע (לאקאל צייטונג)
- 11 יאריג מיידל וויזיט מאנסי פון ריווערדעיל אויף שבת, אומגעקומען אין עקסידענט פון שיכור'ן דרייווער אויף 306 אין פארענט פון בית רחל מיידל שולע. (זשורנאל ניוז (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- וויסענשאפטליכע פארשריט און העלפן געבוירן קינדער פאר עלעטערן, פארשאפט נייע הלכה קאפ וויי צו קינדער זענען אידן אדער אויב יא צו זיי מעגן חתונה האבן מיט אידן. (ניו יארק טיימס)
- מדינת ישראל פרעזידענט משה קצב ברעכט זיך און איז מסכים אנצוריפן רעפארם פירער ראביי אבער נישט רב אדער הרב און רבי (זשערוסאלם פואסט)
- רייכער איזראעלי יורד און דעמאקראט, חיים סאבאן קויפט אמעריקעס גרעסטע טעלעוויזשען נעץ. (וויינעט)
יוני
רעדאַקטירןיוני 30
רעדאַקטירן- היברו וואכן צייטונג בקהילה זאגט אויף איר רעדאקטער ר' דוד ראטענבערג צוליב אנפירן חרדישען אינטערנעט נייעס וועבסייט בחדרי חרדים. (בחדרי חרדים)
יוני 29
רעדאַקטירן- כיכר השבת ברענט: חרדים קאמאנדעווען, לאזן זיך ארעסטירן, און פארשטיינערן און שלאגן מיסיאנערישע טוריסטען. אין מאה שערים. (ערוץ 7)
- אהרונים ענטפערן אפ זאלי אדוואקאט בריוו מיט קאנטער בריוו פון זעלבע באשולדיגונג אז די זאליס האבן 7 לויערס אויך פאר איין איינעם ציל צו באיינפליסן געריכט, און אז די קארופציע רומאר'ס אויף ריכטער באראש איז אמת געווען ממילא איז דאס נישט קיין טענה וואס די ארונים זענען שולדיג, און אז די הודעה פון הייד פארק איז א ביליגע אויסגערעכנטע קאנספיראסי פון די זאליס, געשריבן דורך אן אינטערגעשטעלטע זאלי וואס פארשטעלט זיך ווי אן ארוני צו פארדרייען די קעיס פון די ריכטיגע רעלסן. (כל העולם כולו)
- שווערע חתונה קאסטן פאר ארץ ישראל אידן, לייזונג אויפן האריזאנט: חרדישער חבדסקער ביליאנער ר' ישעי' בוימלגרין אנטשפרעכט צו בויען אמעריקאנער סטייל דירות צו דינגן אין ירושלים, דאס ערשטע מאל אין ארץ ישראל היסטאריע. (בחדרי חרדים)
יוני 28
רעדאַקטירן- ברעיקינג: זאלי הייד פארק פארום חדשות אנש סאטמאר אפגעשפארט אויף מסורת פאלטפארמע. (חדשות סאטמאר (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- סאטמאר מחלוקת: אין די טעג וואס מען ערווארט א פסק פון די ניו יארקע אפעלאט געריכט, טוט זאלי אדוואקאט אפשיקן א לאנגן בריוו צום געריכט קלערק מיט באשולדיגונג אז די אהרונים האבן 11 לויערס פאר איין איינעם ציל צו באיינפליסן די געריכט אומיושרדיג, אלס באווייז געבט ער א קאפי פון דעם העברעאישן שמועס גרופע הייד פארק סייט וואס פארציילט אומלעגאלע געהיימע אינפארמאציע אין באציאונגען מיט די ריכטער און זייער שטאב. (כל העולם כולו (ארכיווירט 01.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- וויליאמסבורג ערשטע פאזע בוי ארבייט פון ריזאונינג אנגעהויבן, נייע לאו אינקאם דירות קומן הארט נעבן אליעזר קעסטנבוים'ס בילדינג. (ניו יארק וואן (ארכיווירט 19.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- חיים ברוך רובין פון די גרינדער פון שומרים אין לעיקוואד ארעסטירט אויף געבן שוחד צו א פאליציי מאן זאל אפווישן זיין ווייבס טיקעט. (עי.פי.פי.).
- אפדעיט פון וואלעס משפט: פאליציי פרוי אויספארשער האט אומאיידל אנגערירט ר' ישראל וואלעס אנקעגן די הלכה, און געזאגט ליגענט פאר די פרעסע אים צו באשולידגען אויף מארד פון בעיבי. (ערוץ 7)
- צהל כוחות אינוואדירן עזה פאס, צו באפרייען 2 פארכאפטע איזרעאליס. בריקן מיט עלעקטעריציטעט אויסגעהאקט. (וויינעט)
- ניו יארק סיטי געזונטהייט קאמיסיאנער, קריטיקירט מציצה בפה אפמאך מיט סטעיט קאמישינעקע. (ני אבזערווער (ארכיווירט 25.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- פאראייניגטע שטאטאן סענאט אין וואשינגטאן האלט אפ יארצייט סעודה לכבודו פון ליובאוויטשער רבין אין זיינע חסידים. (חבד אונליין)
יוני 27
רעדאַקטירן- קרוין הייטס קהילה מחלוקת ארויס פון קאנטראל; ר' משה רובאשקין, מיט קעגנער ארעסטירט נאך געשלעג. (קרוינהייטס אינפא)
- שול אין האליוואד פלארידע וועט באקומען 2 מיליאן דולער פארגיטיגונג צוליב דיסקרימינאציע פון שטאט ראט. (לאקאל צייטונג)
- ר' מאיר ווערטהיימער אנפירער פון המספיק באשמוצט אין רעקארד אז ער מאכט צופיל געלט. (רעקארד אונליין (ארכיווירט 02.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
יוני 26
רעדאַקטירן- זונות זעהן זייער רעגולער קאסטומער חבד שליח אין מאנטשעסטער ענגלאנד פרעדיגען אידישקייט אויף טעלעוויזיע אז לויט די תורה טאר א מאן נישט געבן שלום פאר פרוי צוליב צניעות, רופן זיי טאבלוידן אים צו פארשעמען פאר די גאנצע וועלט מיט בילדער אז ער איז היפאקריט און מנובל. (וויינעט)
- ערשטע 24 שעה אידישע טעלעוויזיע אין אמעריקע. (הארץ (ארכיווירט 07.07.2006 ביי דער Wayback Machine))
- יוגענטרוף באצאלט $1,000 דולער פאר פרייע אידישע איגענטליכע וואס ציען זיך קיין ברוקלין צו רעדן אידיש. (ניו יארק דעילי ניוז)
- ירושלים: משמרת הצניעות פארשטארקט מערכה קעגן אינטערנעט:
- בילדער פון בחורים אין אינטערנעט קאפע הייזער פארשפרייט. (שלמה שמש ברענגט אייך די פלאקאטען פון ירושלים גאסן.)
- נאך אמאל: אינטערנעט קאפע הויז וואנדאלאזירט. (בחדרי חרדים)
נייעס תשס"ו |
נייעס תשס"ז |